דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א וואס איז יעצט נאכמיטאג אריינגענימען געווארן צו די קארנעל שפיטאל וואו מען וועט דורכפירן אונטערזיכונגען נאך פארשידענע קאמפליקאציעס וואס האט זיך געמאכט אינעם רבינס געזונט.
מען וועט זיך צוזאמקומען אויף מניני תהילים אין די סקולענער בתי מדרשים אין אזוי אויך ביים ציון הק' פון צדיקי בית סקולען אין מאנסי, איינצורייסן רחמי שמים פאר די גענצליכע רפואה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן רייזל וואס רבים צריכים לו, להחלימו ולרפאותו להחזיקו ולהחיותו.
Comments