top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קביעת מזוזות אין נייעם פליגל פון "אשת חיל" קימפעטארין היים אין קרית יואל בראשות האד' מסאטמאר

פרייטאג פ' האזינו א' • כ"ט אלול תשפ"ג • ערב ראש השנה תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: היימשטאט


דעם פארלאפענעם מיטוואך אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען א פייערליכער קביעת מזוזה און חנוכת הבית פאר'ן נייעם פליגל וואס איז צוגעבויט געווארן צום וועלט בארימטן "אשת חיל" קימפעטארין היים, צולייגנדיג נאך 16 שטיבער וועלכע וועלן אין די קומענדיגע טעג אריינגיין אין באנוץ פאר די קימפעטארינס וועלכע קומען זיך אויסרוען און שעפן פרישע כוחות. דער נייער פליגל איז טייל פונעם צווייטן בנין אינעם אשת חיל קאמפלעקס, דער "בנין פעסל לאה" וועלכע איז מיט עטליכע יאר צוריק געבויט געווארן שטייענדיג באהאפטן צום ערשטן בנין "אוהל חנה רחל".


צו דעם געלעגנהייט איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך קימפעטארין היים ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פארן נייעם פליגל, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די נייע שטיבער, דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען אינעם גאנצן פליגל און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען וואס איז צוגעשטעלט מיט גרויס הרחבת הדעת לטובת די קימפעטארינס און געהערט א באריכט פון העסקן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו מהנהלת הווילעדזש וואס האט אהערגעשטעלט דעם גאנצן בנין, און פון הרה"ח ר' נפתלי צבי אפענהיים הי"ו וועלכע שטייט בראש פונעם קימפעטארין היים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטעס פון וויפיל קימפעטארינס האבן זיך באנוצט מיט קימפעטארין היים די לעצטע יאר, די רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן אנוועזנדן ציבור.












Comments


bottom of page