top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זֶה בְּנִי בְּכוֹרִי • שמחת פדיון הבן בחצרות וויז'ניץ - סערט וויז'ניץ - טשאקאווא - ליעזש

מוצאי שבת פ' נח • ו' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


חסידי וויזניץ האבן זיך די וואך מיטגעפרייט ביי די שמחת פדיוןהבן פון אן אייניקל ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו פינעף און צוואנציג יאהר וואס עס איז נישט געפראוועט געווארן א שמחת פדיוןהבן אינעם רבינ'ס הויף.


די רך הנימול יהושע זאב א זון פונעם רבינ'ס אייניקל הרב חיים מאיר האגער זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון כ"ק האד' מסערט וויז'ניץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אב"ד עבודת הלב ליעזש איידעם פון כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א.

די שמחה איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר ובתופים ובמחולות אין בית מדרש הגדול 'מרכז חסידי וויז'ניץ' אין בני ברק, וואו מען האט פאר לענגערע שעה'ן זיך דערהויבן בשירות ותשבחות און זיך מיטגעפרייט אין די גרויסע שמחה. אלס כהן הפודה האט געדינט הגה"צ רבי מאיר כץ ראש כולל עיון אין רמת וויזניץ חיפה, נאך די פדיון האט די גאנצע ציבור אויסגעבראכן אין א פרייליכע געזאנג 'שהחיינו וקיימנו והיגיענו לזמן הזה' און פילע ניגוני שבח והודאה, די וויז'ניצער רבי שליט"א האט פארגעזינגען אודה און משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע אפגעבנדיג א שבח והודאה אין בגודל מעלת פדיון הבן מיטן האפענונג אין די שווערע זמנים אז די באשעפער זאל אונז שוין אויסלייזן פונעם פינסטערן גלות.


ביים שמחה האט זיך אויך אנגעזעהן דאס השתתפות פון די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק, און הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, אויך האט די רבי מכבד געווען די חשובע זיידעס כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא און חתנו הגה"צ אב"ד עבודת הלב ליעזש משמיע צו זיין מדברותם לכבוד די שמחה.

במשך די שמחה האט מען געזינגען אב הרחמים לרגל די הילולא קדישא ג' חשון פונעם הייליגן רוזינער זי"ע און לרגל די יארצייט פון די זיידע פונעם רך הנימול הרה"ק בעל 'מקור ברוך' מסערט וויזניץ זי"ע וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן אין יענעם טאג ב' חשון. די רבי האט פארגעזינגען יזכרם אלוקינו לטובה כנהוג, און מכבד געווען חתנו די זיידע הרה"צ ר' ברוך האגער פארצוזינגען יזכור אהבתם, דערנאך האט די רבי ווידער משמיע געווען דברות קודש ארומרענדיג פון די בעלי ההילולא זקנו די הייליגער רוזינער, אין פונעם פעטער הרה"ק בעל 'מקור ברוך' זי"ע.



Comentarios


bottom of page