מונטאג פ' מטות מסעי - כ"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א איז פאריגע וואך אפגעפלויגן קיין שווייץ, ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן אויף אפרוה אינעם שטעטל דאבוס, ביים אנקומען קיין דאבוס האט די רבי שליט''א געדאווענט שחרית אין די ארטיגע חסידישער ישיבה 'תורת בנימין' אין נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה פאראיבער שלום נעמען.
אויף שבת איז די רבי אנגעקומען צום שטאט ציריך אין דארט געפראוועט שבת בקרב עדת חסידיו אין שטאט, די רבי וועט פארבלייבן אויף עטליכע טעג אין ציריך לטובת מוסדותיו הקדושים אין מיטוואך ביומא דהילולא פון הרה''ק רבי שלמה קארלינער זי''ע וועט זיך די רבי צוריק קערן קיין ארץ ישראל אין פראווען די יארצייט טיש בבית מדרשו אין ירושלים.
Commenti