מונטאג פ' מטות מסעי - כ"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א גייסטרייכע באזוך איז פארגעקומען פארלאפענעם וואך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א במקום הנופש אין קיסריה, ווי די רבי האט אויפגענימען א חשובע דעליגאציע פון ראשי ומנהלי רשת החינוך 'בני יוסף' לעדת הספרדים, וועלכע פארמאגן אונטער זיך א נעץ פון איבער דריי הונדערט מוסדות החינוך לבנים ולבנות ברחבי ארץ הקודש, וואס זענען זיך געקומען דורכרעדן מיטן רבי'ן שליט''א און מקבל זיין עצה והדרכה.
דער רבי האט ווארעם אויפגענומען די חשובע דעלעגאציע און איבערגעגעבן א לענגערע שמועס בעניני חינוך בימינו אלה. צווישן אנדערע האט דער רבי באטאנט, אז אין די בראשית יארן נאכן קריג האט זיין פאטער הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי"ע אויפגעשטעלט מוסדות התורה געאייגענט פאר די ספרדישע אידנטום, אין א בחינה פון 'במקום שאין איש'. אין די רבי האט שטארק אויסגערימט די געוואלדיגע אויפטוה פונעם ספרדישן גאון רבי עובדיה יוסף זצ''ל וועלכע האט אוועק געשטעלט מוסדות החינוך פאר די ספרדישע געמיינע אין אזוי געראטעוועט טויזנטער אידישע קינדער פון שמד.
צום שלוס האבן די משתתפים געהאט די געלעגנהייט אנצופרעגן ביים רבי'ן סיי וועלכע שאלות בעניני חינוך אויף וואס דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת און דערנאך זענען זיי אריבער ביים רבי'ן מקבל זייין ברכת קדשו.
Comments