top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער קינדער פון חסידישע מוסדות אין לעיקוואד פאראייניגט ביים כינוס 'אשריכם' בראשות גדולי ישראל

דינסטאג פ' חקת בלק - ח' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א היסטארישער כינוס איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג אין שטאט לעיקוואד, ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרוב צו צוויי טויזענט ילדי תשב"ר פון די עלטערע כיתות, פון אלע חסידישע מוסדות התורה אינעם עיר התורה והחסידות לעיקוואד, זיך צו מחזק זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע, און זיך דערווארעמען בדברים הצריכים חיזוק, אין שפיץ פון די גדולי רבני העיר.


די גייסטרייכע מעמד מיטן נאמען "אשריכם" איז פארגעקומען אינעם לעיקוואד היי סקול קאמפלעקס, אין שפיץ פון הגאון האדיר ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה, וועלכער האט משמיע געווען דברי ברכה פאר די חשובע תלמידים, ספעציעל האט זיך אנגעזעהן דער חשובער גאסט פון ארץ ישראל הגאון הגדול ר' בנימין פינקל שליט"א מראשי ישיבת מיר, וועלכער האט פארגעזאגט פסוקי תהלים בהתעוררות רב און אויפגעטרעטן מיט ווארעמע ווערטער פאר די קינדער.


אויפן בימת הכבוד האט זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים ודייני הקהילות פון שטאט לעיקוואד, ראשי ישיבת בית מדרש גבוה, כ''ק האדמו"ר מסקולען לעיקוואד, אב"ד ראחמיסטריווקא לעיקוואד, אב"ד סאטמאר לעיקוואד, אב"ד דעעש, אב"ד שאטו פארק, די דיינים פון קהילות בעלזא, סקווירא, און נאך פילע רבני העיר.


דער יושב ראש האסיפה איז געווען הרב יצחק אייזיק לורינץ מנהל רוחני אין תלמוד תורה מאור החיים וויזניץ מאנסי, וועלכער האט אויפגעפלאמט אלע באטייליגטע מיט שיינע געדאנקען. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן דער בארימטער מגיד מישרים הרב אהרן ארי' אייזענבערג הי"ו, און א ספעציעלע זכיה האט מען געהאט צו הערן פייערדיגע ווערטער דורך א לייוו הוקאפ פונעם משפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א.


צום שלוס פונעם מעמד האט כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה, דער רבי האט דערציילט אז זיין טאטע הרה"ק מסקולען זי"ע פלעגט גיין שפאצירן פיר אזייגער פארטאגס מיט צוגעמאכטע אויגן, טראץ וואס יעדער ווייסט אליינס אז צופיל ראיות אסורות קען נישט זיין אין די פארטאג'ס שעהן. דערביי האט דער רבי אויסגעשריגן אז יעדער אינגל קען אויסוואקסן א סקולענער רבי, און דער רבי האט פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים מיט גרויס התעוררות.

















Kommentare


bottom of page