top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' בשלח • ט"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


 

די בארימטער מעלער ר' מוטה ברים בקודש פנימה ביי האד' מראחמיסטריווקא די וואך ווי ר' מוטה האט איבערגעגעבן אתרוג קאמפאט פארן רבי'ן לקראת חמשה עשר בשבט.


די ברידער האדמור"ים לבית אונגוואר ביים ציון פון הרבנית אמה של מלכות ע"ה אין טאג פונעם ערשטן יארצייט אויפן איר אלטן בית החיים אין צפת.


ויאמינו בה' ובמשה עבדו • די הזמנה צו א וויזניצע חתונה די וואך אין טאג פון י"ב שבט ראש השנה לחסידות.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא אויף א באזוך די וואך אין די 'בארא פארק סענטער' ביי הרה"ח ר יהושע לאנדא פון די חשובע תושבים אין ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בארא פארק.


נאך וואס חסידי וויזניץ האבן נענה געווען צום קריאת הקודש פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אריינצוברענגען 4000 שקל צו קענען דעקן די חובות פונעם בית המדרש, האבן זיך די תלמידי ישיבת 'דמשק אליעזר' וויז'ניץ אין הר נוף אנגעשלאסן אינעם מגבית אין איבערגעגעבן פארן רבי'ן א 'מנחת ביכורים' פון 4000 שעות רצופות.


הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין א שמועס מיט ידיד נעוריו האדמו"ר מסלונים איידערן שמחת הברית פון צוויי איר אייניקלעך ביים סלונימער רבי'ן, וואו יעקב יעקב מאיר מיטן רבי'ן האבן ארומגעשמועסט זכונות פון זייערע בחורישע יאהרן אין די סלונימער ישיבה.


האדמו"ר מטאהש ביים שעפן נחת דקדושה פונעם הערליכן מנחת ביכורים וואס די בחורי החסידות האבן געשאנקן פארן רבי'ן, טויזענטער בלעטער גמרא לכבוד די שמחה במעון קדשו.


האדמו"ר מסאדיגורה ביים סדר אמירת כ"ב פרקי תהילים נאכן דאווענען וואס די רבי האט איינגעפירט זינט עס האט אויסגעבראכן די מלחמה אין ארץ הקודש פארלאפענעם שמחת תורה.


העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש האט קרישקעס באמערקט פארנט פון וויזניצער בית המדרש אין בארא פארק אנגעטוהן מיט בגדי שבת לרגל י"ב שבט ראש השנה לחסידות.


אן אינטערסאנטע באגעגעניש צווישן די ראש ישיבה הגרמ"צ בערגמאן מיט האדמו"ר מדושינסקיא, דער דושינסקיא רבי האט מיט א זעלטענעם הכנעה זיך צוגעהערט צו די זכרונות פונעם ראש הישיבה איבער זיינע קינדערישע יאהרן ווען ער האט זיך פארהערט ביים רבינס זיידע הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי''ע מיט העכער 90 יאהר צוריק.


הונדערטער חסידי וויזניץ באלאגערן די אנטווערפענע גאסן, אנקומענדיג אין שטאט צום געהויבענעם באזוך פון האדמו"ר מוויזניץ אין אנטווערפן.


ויכתב בקוויטל: האדמו"ר מסקווירא מב"פ ביים איבערגעבן א נאמען פאר'ן געטרייען לאנגיעריגן משב"ק ר' שלמה זלמן קאלאדני הי"ו, על ציון אביו האדמו"ר מסקווירא מב"פ זצ"ל.


די תלמידים פון מוסד 'שיח סוד' אין ירושלים פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן בקודש פנימה ביי האד' מדושינסקיא שליט"א, וואו ר' יונתן שווארץ האט משמח געוועהן מיט דברי חרוזים.


די באשיידענע חמשה עשר טיש אינעם קאך פונעם ראש ישיבה מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א.


א ספעציעלע פאנעל, מיט שאלות און אינטערסאנטע ידיעות בעניני נגינה ביים דינער לטובות מוסדות פאפא אנגעפירט דורכן יושב ראש ר' ישראל שטערן פון לאנדאן מיטן בארימטן בעל מנגן ר' מרדכי שטיינמעץ פון ארץ ישראל.


האד' מזוועהיל מאנסי אויף א באזוך די וואך בקודש פנימה ביי הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.


חסידי וויזניץ (מרכז) אין אנטווערפן אין א פייערדיגע טאנץ פארנט פון בית המדרש וויזניץ אויף די יאקאב יאקאב גאס אין שטאט לרגל י"ב שבט ראש השנה לחסידות.


דעם אלעמען באקאנטן ר' אברהם לייב בורנשטיין פון ירושלים ביים פידל-שפילן דעם פארלאפענעם מוצאי שבת ביי מלוה מלכה בחצר הקודש סקולען לעיקוואד.


די מודעה מטעם בית כ''ק האדמו''ר מסערט וויז'ניץ שליט''א איבער דעם יערליכן 'שבת תענית דיבור' וואס איז כמידי שנה בשנה באשטימט געווארן אויף איינע פון די שבתות אין די שובבי"ם וואכן, אין דעם שבת האלטן זיך די חסידים צוריק פון רעדן איבריגע רייד וואס איז נישט וויכטיג, דער תקנה האט איינגעפירט דער פריערדיגע רבי דער חכמת אליעזר זצ"ל.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא פון ספינג וואלי ביים איבערגעבן די וועכענטליכע א שיעור אין ביהמ"ד סאלקא אין מאנסי.


א זילבערנעם בעכער מיט וואס הרה''ק מסאטמאר זי''ע האט זיך באנוצט פאר אמירת לחיים צום פארקויפן...


הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויז'ניץ מיט הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אב''ד וויז'ניץ אלעד ביים דאווענען מעריב ביי די חתונה די וואך אין ניו יארק פון החתן א זוהן פון העסקן ר' משה פסח הירשלער פון לאנדאן.


דער ראש ישיבה גייענדיג אויף די וויאלמסבורגער גאסן מיט די גבאים הרב הערשל כץ אין הרב זעליג קארניצער משמשים בקודש ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ.


האדמו"ר מקראלי אין א טאנץ מיטן פאטאגראפירער הבחור זאבי קליין ביים מעמד סיום כתיבת האותיות די וואך אין די קארלי ישיבה אין וויליאמסבורג.


הרב יוסל דייטש משב"ק ביים משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אין א שמועס מיטן משפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג ביים שמחת התנאים פון א אייניקל די וואך.


דער בעל מנגן ר' מרדכי שטיינמץ האט קרישקעס באמערקט די וואך מיטן בדחן הרב ישראל שטערן פון לאנדאן ביים איבערגיין די לעצטע דעטאלען ביים דינער 'שלוחי דידן' פון מוסדות פאפא.


א נייע ניגון "שירת העשבים" וואס כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א האט אפגעשריבן לרגל חמשה עשר בשבט, אין איז פארשפרייט געווארן ביים טיש ליל ט"ו בשבט.


ערשטע מודעה פון חצר הקודש ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, מיטן קעפל בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א.


האד' מקאז'ניץ ביי תפילת מנחה ביים גרעניץ פון מאלדאווע אין אוקריינע אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל נאכן מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם הייליגן בעש''ט הק'.


מורנו הגרי"מ אלתר שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן אדמו"ר הפני מנחם מגור זיע"א אויף א באזוך היינט ביי כ"ק מרן אדמו"ר מויזניץ לאנדאן שליט"א.


האדמו"ר משבט הלוי ביים בודיק זיין די אוצרות אין די בורות איידער די פתיחת המקווה טהרה אין שכונת גינות דוד אין בני ברק.


‏המשפיע הרה"צ רבי יחזקאל טאוב בן האדמו"ר ממודז'יץ ביי קידוש לבנה די וואך ארומגענומען מיט תלמידים.


א גילוי דעת מטעם ביהמ"ד "אהבת ישראל ואור החיים" דחסידי וויזניץ אין אנטווערפן, אין ליכט פונעם מעשה שהיה דעם פארגאגענעם שבת.


האדמו"ר מבוהוש ביים פאספארט קאנטראל אינעם לוד לופטפעלד אהיימקומענדיג פונעם קורצן בליץ באזוך אין וויליאמסבורג לטובות מוסדותיו.


לכבוד י"ב שבט ראש השנה לחסידות איז די 'משמרת המצות' בעקעריי אין בני ברק טראנספארמירט אינעם נאסטאלגישן ביהמ"ד 'היכל ברוך', די ערשטע ביהמ"ד ווי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אנגעהויבן די הנהגה נאך אלס אבד"ק קרית וויזניץ.


הנהלת ישיבת מקור החיים ירושלים בקודש פנימה ביי האד' מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי.


העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש אין א שמועס מיט האדמו"ר ממונקאטש אינעם קענעדי לופטפעלד אויפן וועג קיין לאנדאן.


די הערלעך צוגעגרייטע טיש לרגל חמשה עשר בשבט בחצר הקודש ביאלא בית שמש.

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר החתן בערל גאטמאן הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לרגל די שמחת השידוך שליסן די וואך בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר החתן אליעזר זאב כץ הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, לרגל שמחת נשיאיו למזל טוב. אינעם בילד: ביים שבע ברכת צוגעשטעלט דורךהאדמו"ר מטשארנאביל במעונו אין אשדוד. (צילום איציק ו.)


bottom of page