top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא אוקענוויין נעמט אונטער נסיעה קיין ארה"ק; צום ערשטע מאל נאכן איבערנעמען כתר האדמורו"ת

דינסטאג פ' יתרו • י"ג שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

די קומענדיגע וואך פ' משפטים וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א אונטערנעמען א באזוך קיין ארצינו הקדושה, זייענדיג דאס ערשטע נסיעה פונעם רבי'ן שליט"א נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות. די רבי שליט"א קומט צו פארן לכבוד עטליכע משפחה שמחות, צווישן זיי די חתונה בבית גיסו הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך אין שטאט בני ברק.


די רבי שליט"א קומט אן קיין ארצינו הקדושה קומענדיגן זונטאג פארמיטאג און וועט זיך דארט אויפהאלטן ביז די נאכפאלגענדע וואך פ' תרומה, אין לויף פון די וואך וועט די רבי מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת די חתונה פון בתו הכלה מיט החתן נכד כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס קומט פאר חודש אלול הבעל"ט.


שבת פ' משפטים וועט דער רבי שליט"א וויילן אין עיה"ק צפת אינאיינעם מיט א קבוצה חסידים און מעריצים, און פראווען דעם גאנצן סידורו של שבת ברוב עם הדרת מלך, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי פראוועט א שבת אין ארץ ישראל. נאך שבת וועט דער רבי פוקד זיין די ביי מקומות הקדושים אין מירון, צפת און טבריה להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

Comments


bottom of page