top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סעודת הילולא פון מרן הדברי חיים זי''ע אין צוזאמענהאנג מיט מעמד כבוד התורה וחלוקת תעודות בחצה"ק צאנז

דינסטאג פרשת טהרה • א' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

 

בתעוררות רב איז אפגעראכטן געווארן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


עם דמדומי חמה מיטוואך כ"ה ניסן אווענט האבן זיך טויזנטער חסידים פארזאמלט אינעם גרויסן זאל היכל ראזנבערג אין קרית צאנז נתני' צום סעודת הילולא רבתי אין צוזאמענהאנג מיט די יערליכע מעמד כבוד התורה ווי עס איז באשטימט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע אינעם גרויסן טאג כ''ה ניסן די יארצייט פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.


צום באשטימטע צייט איז דער רבי ערשינען צום עריכת שולחן הטהור און זיך געוואשן צום סעודה, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים.


די דברות קודש האט די רבי אנגעהויבן מיט א דרוש בפרשת השבוע, און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם גרויסן זיידן די בעל הילולא, א לענגערע צייט האט די רבי שליט"א בקול בוכים ארומגערעט איבער די שווערע מצב אין וואס כלל ישראל געפונט זיך און אז נאר דורך תורה הקדושה וועט מען זיך קענען דערהאלטן, די רבי האט דערביי אויפגעפאדערט פון די חסידים זיך אנצושליסן אין סיי וועלכע חבורה אין וועלכן מען פארהערט זיך אויף די מסכתות הש"ס, אויך האט די רבי מעורר געווען די חסידים נישט עוסק צו זיין בלימוד תורת הנסתר איידער מען האט זיך משלים געווען בתורת הנגלה.


ביים ענדע פונעם טיש איז פארגעקומען די מעמד חלוקת תעודות, ווי די רבי האט פארטיילט די תעודות חבר פאר די מצויני תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך פארהערט איבער 600 בלעטער גמרא רש"י תוספות בע"פ, ווי הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם ראש הישיבות ורב דחסידי צאנז אין אמעריקא האט אויפגעטרעטן בשבחם פון די  בחורים און אויסגערעכנט די נעמען פון די חשובע מצטיינים, דערנאך האט דער רבי פארטיילט די תעודות פאר די בחורים. מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען מחותנו כ"ק האדמו"ר מסטראפקוב שליט"א נכד בעל ההילולא, נאכן טיש האט די רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה ברוב עם.


אויפן דאפלטן אויבן אן לענגאויס דעם היכל האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים, בנן של קדושים נכדי בעל ההילולא, און צענדליגע רבני ודייני קהילות קדושות צאנז איבער גאנץ ארץ ישראל, צווישן זיי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמורי"ם מסטראפקוב, גארליץ, טעמישוואר, נדבורנא חיפה, קאליש, בערגסאז, נדבורנא פתח תקווה, הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקווה, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז ב"ב, הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, הרה"צ רבי אהרן טויסיג, הגה"צ רבי משה מרדכי ווידער אב"ד לינז, הגה"צ רבי משה טובי' ווייסבערגער אב"ד בודאפעסט ביתר, הגאון רבי חיים לייב רובינשטיין מרבני רמה ד' בית שמש, הרה"צ רבי מנחם האראנטשיק מלעלוב און נאך פיל.























bottom of page