דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
די שטאטָ פּאפָּא איז דעם פארַגאנַגענעם שב"ק געווען פארַוואנַדלט אין א חסידישן צענטער, וואו כ"ק אדמו"ר מפּאפָּא שליט"א מיט הונדערטער חסידים זענען געקומען צו פארָן אויף שב"ק – שבת שקלים – צו זיין סמוך ונראה צום ציון פונעם בעל הילולא דער ויגד יעקב זי"ע וועמענ'ס יארָצייט פאלַט אויס ביום ב' אדר, מוצאי שב"ק.
די שיירא פון רבי'ן שליט"א איז אַרויסגעפאָרן מיטוואָך נאָכמיטאָג פרשת תרומה העעל"ט. דער פליגער האָט געלאַנדעט בשעטו"מ דאָנערשטאָג אינדערפרי אין פּרעשבורג, וואו דער רבי שליט"א האָט געדאַווענט תפילת שחרית ברוב עם און געבענטשט ברכת הגומל. פון דאָרט איז דער רבי שליט"א און די פמלי' אַרויס צום ציון הק' פון מרן הגה"ק בעל חתם סופר זי"ע, וואו מ'האָט איינגעריסן למען הכלל והפרט.
פון דאָרט איז דער רבי מיט די שיירא געפאָרן קיין אונגאַרן וואו מ'איז אָנגעקומען קיין פּאָפּא דאָנערשטאָג אויפדערנאַכט. גאָר אַ גרויסער ציבור האָט מיטגעהאַלטן דעם שיינעם שב"ק אין פּאָפּא. די תפילות און טישן זענען פאָרגעקומען אין ביהמ"ד "עץ חיים", וואו דער ויגד יעקב זי"ע און בנו דער ויחי יוסף זי"ע האָבן אָפּגעראָכטן די עבודת הקודש אַלע יאָרן.
די סעודת מלוה מלכה איז געווען אינאיינעם מיט די סעודת הילולא פון הגה"ק בעל ויגד יעקב זי"ע. עס האָט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי דוד לייב פישער שליט"א מו"ץ הקהילה, דערנאָך האָט דער מנכ"ל המוסד הר"ר יואל פריעדמאַן הי"ו איבערגעגעבן אַ מתנה פאַר דעם מעיאָר פון שטאָט און זיך באַדאַנקט פאר זיינע פילע לייסטונגען. דער רבי האָט זיך זייער באַדאַנקט פאַר די פילע פעולות וואָס ער טוט לטובת העיר.
כחצות איז מען אַרויף מתפלל זיין ביים ציון פונעם בעל ההילולא דער ויגד יעקב זי"ע. דער רבי איז אַריינגעקומען אינעם אוהל הקדוש, געצונדן די ליכט, און נאָכ'ן אויסזאָגן גאַנץ ספר תהילים משמיע געווען דברי התעוררות, אָנהייבנדיג 'גדולים צדיקים במיתתן יותר בחייהן' און שטאַרק איינגעריסן למען הכלל והפרט. אַרום פיר אַזייגער פאַרטאָגס האָט מען פאַרלאָזט דעם בית החיים.כחצות איז מען אַרויף מתפלל זיין ביים ציון פונעם בעל ההילולא דער ויגד יעקב זי"ע. דער רבי איז אַריינגעקומען אינעם אוהל הקדוש, געצונדן די ליכט, און נאָכ'ן אויסזאָגן גאַנץ ספר תהילים משמיע געווען דברי התעוררות, אָנהייבנדיג 'גדולים צדיקים במיתתן יותר בחייהן' און שטאַרק איינגעריסן למען הכלל והפרט. אַרום פיר אַזייגער פאַרטאָגס האָט מען פאַרלאָזט דעם בית החיים.
זונטאָג נאָכ'ן דאַווענען איז געווען אַ מסיבת לחיים וואו מ'האָט פאָרגעלערנט משניות פ"ז דמקוואות. מען האָט זיך דערנאָך אַרויסגעלאָזט קיין קאַלוב צום ציון פון הייליגן קאַלובער רב זי"ע, וועמענ'ס הילולא קדישא פאַלט אויס ז' אדר. מ'האָט געזונגען די ניגונים פונעם קאַלובער רב זי"ע און מתפלל געווען בדבר ישועה ורחמים.
פון דאָרט איז מען געפאָרן קיין ליסקא צום ציון הק' פון הייליגן רבי הערשעלע ליסקער זי"ע מח"ס אך פרי תבואה און מתפלל געווען אויף כל מילי דמיטב. פון דאָרט איז מען געפאָרן אויף אַ לינת לילה קיין קערעסטיר.
דער רבי שליט"א איז געפאָרן ווייטער קיין אונגוואַר צום ציון הק' פון זיין זיידן הגה"ק רבי אברהם יוסף זי"ע, בנו הגדול פון הגה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע. פון דאָרט איז דער רבי שליט"א מיט די שיירא געפאָרן קיין חוסט וואו מ'איז אָנגעקומען אַרום צוויי אַזייגער אויפדערנאַכט אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים. דער רבי שליט"א האָט געקלאַפּט אַ מזוזה אויף דעם הויפט אַריינגאַנג און געמאַכט אַ מסיבת לחיים לכבוד המאורע.
אַרום דריי אַזייגער פאַרטאָגס איז דער רבי אַרויף צום ציון הק' פון הגה"ק בעל ערוגת הבשם זי"ע. מ'האָט געזאָגט פרקי תהילים און געזונגען די ניגונים פון הייליגן ערוגת הבושם זי"ע. דער רבי האָט משמיע געווען דברות קודש, דערנאָך צוגעגאַנגען צו די אנדערע ציונים הקדושים, הגה"ק בעל מהר"ם שיק, און בעל בית היוצר זי"ע.
מאנטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א מיט די שיירא געפאָרן קיין סאַטמאַר, צום ציון הק' פון הייליגן קרן לדוד זי"ע. ערשט איז מען צוגעפאָרן צום ביהמ"ד דאַווענען שחרית און תיכף דערנאָך פוקד געווען דעם ציון. פון דארט איז מען געפאָרן קיין מאַרגאַרעטן צום ציון פון זיידן הגה"צ רבי יהודה יחיאל זצ"ל, פון דאָרט צוריק קיין קערעסטיר מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם מופת הדור הגה"ק רבי ישעי'לע זי"ע.
נאָכמיטאָג איז מען געפאָרן קיין אוהעל פוקד זיין דעם ציון פון הייליגן ישמח משה זי"ע. בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אהרן אָבערלענדער נ"י פון לאָנדאָן. פון דאָרט איז דער רבי שליט"א געפאָרן קיין טשעטשאָוויץ מתפלל זיין ביים ציון פון זקינו הגה"ק רבי יוסף מטשעטשאָוויץ זי"ע.
פון דאָרט איז די שיירא געפאָרן אויף אַ לינת הלילה קיין ליזענסק. דינסטאָג פאַרטאָגס איז מען אַרויס צום ציון פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע. נאָכמיטאָג איז דער רבי שליט"א געפאָרן קיין וואַרשא וואו דער טשאַרטער פליגער איז געפלויגן קיין ניו יאָרק און מ'איז אָנגעקומען אַהיים בשעה טובה ומוצלחת מיט די האָפענונג אַז מ'האָט גע'פּועל'ט אַלעס גוטס.













































Comentarios