מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
רירנדע מאמענט ביים ניחום אבלים די וואך בחצר הקודש ספינקא ווען האד' מבאיאן האט זיך ארומגענימען מיט איינע פון די יתומים מיט גרויס ליבשאפט.
ביים מעמד הכתרה היינט אין ביאלא האט 'קרישקעס' באמערקט הגה"צ ר' חיים יודא לייבוש ראבינאוויטש שליט"א אב"ד שערי מרדכי פרעסאוויטש מאנטשעסטער בנו בכורו פון האד' מביאלא זצוק"ל ביים וואונטשן לחיים אין מזל טוב פארן יונגערן ברידער כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א לרגל זיין התמנות בכתר האדמור"ות אלס ממלא מקום אביו זצוק"ל.
חסידי ביאלא ביים דורכליינען בכובד ראש די צוואה פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זכר צדיק לברכה וואס איז פארעפענטליכט געווארן היינט ככלות השבעה להסתלקותו אין גרויסן ביאלא ביהמ"ד.
כאחד האדם: האד' מלעלוב ביים איינקויפן פיש לכבוד שבת וויילנדיג אין עיה"ק צפת אויף אפרוה.
ביים מעמד התייסדות מפעל התורה העולמי פון 'ושננתם אין אמעריקא' האט קרישקעס באמערקט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א משמיע זיין דברי הדרכה פאר די הונדערטער חברי 'ושננתם'.
האד' מוויז'ניץ אויף א שפאציר מיט בנו הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד ברחובת דאבוס שווייץ ווי די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.
האד' מדושינסקיא אין א שמועס מיט איינע פון די תלמידים אין ישיבת 'מנחת יצחק' וואו די רבי ווייזט ארויס א פאטערליכע ליבשאפט מיט אן אוזן קשבת ווי זיין שטייגער.
אינעם JFK לופטפעלד האט קרישקעס באמערקט הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בן האד' מוויז'ניץ ירושלים און הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן אויפן וועג קיין ארץ ישראל.
אויך האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מווערצקי ביים זיך צוריק קערן קיין ארץ הקודש נאכן וויילן אין קערעסטיר ביומא דהילולא קדישא.
א פרייליכע און היימישע אטמאספער אויף די 'פלען-איט-רייט' טשארטער פליגער קיין קערעסטיר צום יומא דהילולא.
הדסה שפיטאל דירעקטאר יורם ווייס איז מנחם אבל בחצר הקודש ביאלא וואו דעם רבינס קינדער האבן זיך באדאנקט פארן צושטיין צו די האנט מיט אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט בעת די רבי זצוק"ל איז געוועהן שפיטאליזירט.
המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן טרעט אויף אלס "רב המקדים" ביים וועכענטליכן שיעור פונעם ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א.
ביים באזוך די וואך פון הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן האד' מסקווירא ביי האד' מבעלזא האט ער פארגעשטעלט פארן רב, העסקן הרב שלום בער פישל יושב ראש וועד קרן הבנין פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול ד'שיכון סקווירא.
אן אינטערסאנטע מחזה האט זיך אפגעשפילט די וואך ביים ניחום אבלים בחצר הקודש ביאלא ווען כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א האט זיך אוועקגעזעצט אין ביהמ"ד און געלערנט משניות לעילו נשמתו פונעם ביאלא רבי'ן זצוק"ל נאכן מנחם אבל זיין ביי די קינדער הרבנים שליט"א.
הגה"צ אבדק"ק סיגוט שליט"א ביים מספיד זיין ביי די הקמת המציבה פון הרה"ח משה צבי רייזמאן ע"ה בשליחות הקודש פון אביו האד' מסאטמאר שליט"א.
הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויז'ניץ אויף א תפילה די וואך ביים ציון הרשב"י אין מירון.
האדמו"ר מסאסוב טרעט אויף ביים יארצייט סעודה פונעם מופת הדור הרה"ק רבי ישעילע קערעסטירער זיע"א דעם מוצאי שבת אין בני ברק.
על כסא ממלכתו • די וואך נאכן זיך אויפשטעלן פון די שבעה האט האד' מספינקא באנייעט א נייעם שטוהל נאך גאנצע 20 יאהר.
הרה"צ ר' יעקב יוסף טוורסקי בן האדמו"ר מסקווירא האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון.
האדמו"ר ממונקאטש ביים בענטשן דעם רך הנימול - אן אור-אייניקל נאכן ליינען קריאת שמע.
דער ינוקא הגאון רבי שלומה יהודא שליט"א ביים אנטוהן זיין הוט פאר א רך הנימול ווי ער האט געדינט אלס סנדק.
ביים סעודת הילולא פון האדמו"ר מפאשקאן זצ"ל אין טאג פון ה' אייר בבית מדרשו אין גילה האט בנו האד' מפאשקאן פארגעזינגען פארשידענע ניגונים און אלטע רוזינער תנועות.
הרה"צ רבי נחמיה אלתר בן האד' מגור אויף א באזוך די וואך ביי האד' מביאלא לאנדאן.
המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א ביי תיקון חצות בפישוט ידים ורגלים ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה.
די קינדער פון האד' מסקווירא הרה"צ רבי אהרן מענדיל, הרה"צ רבי יצחק און חתנו האד' מראחמיסטריווקא מאנסי ביים לחיים נאכן כתיבת האותיות פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לע"נ הגאון רבי משה גרין זצ"ל ראש ישיבה דמאנסי להיכל ישיבתו.
האד' מזוועהיל אויף א באזוך די וואך ביי הגה"ח ר' ברוך שמעון ראטשטיין הי"ו מחשובי חסידי גור וואס האט נאך זוכה געוועהן זיך מסתופף צו זיין בצילו פון הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע.
נאך די הכתרה פון כ"ק האד' מביאלא שליט"א אלס ממשיך שלשלת הקודש, קומט ארויף אין זיכרון די געהויבענע נסיעה וואס די רבי שליט"א האט אונטערגענימען פאריאהר צום ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע אין ליזענסק מיט די נגידי ותומכי המוסדות.
ק"ק לוגאנו שווייץ באוויינט די גרויסע אבידה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל וועלכער האט צענדליגער יאהרן געדינט אלס רב אין די ארטיגע קהילה.
דאס לעצטע בילד פון האד' מביאלא זצוק"ל בעל 'מבשר טוב' דינענדיג אלס סנדק ביי א ברית פארלאפענעם אסרו חג פסח העעל"ט.
דעם רבינס פאריתומטע פלאץ אין בית המדרש הגדול ביאלא.
די וואך ביים יארצייט סעודה פון האד' מבאניא זצ"ל בעל 'אמרי מנשה' מבאניא האבן זיך אנגעזעהן האדמור"ים מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, זידיטשוב פרעמיסלא אין נאך.
לקראת שבת • אויף די קערעסטירער גאסן דעם ערב שבת האט קרישקעס באמערקט הרב יואל פרידמאן משב"ק האד' מניקלשבורג מאנסי גייענדיג צום ביהמ"ד.
די באקאנטע איש החסד המפרסם ר' מענדי רייזמאן פון די בארימטע "רייזמאנס ארגענעזאציע" האט קרישקעס באמערקט ברחובות קערעסטיר ארויסהעלפענדיג חולי ישראל מריחוק מקום.
א ברכת מזל טוב פאר הרב משה רפאל הורוויץ משמש בקודש ביי האדמו"ר מדינוב שליט"א לרגל אירוסי בנו הבה"ח חיים שלמה ני"ו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.
א ברכת מזל טוב פאר הבחור חנני' יו"ט ליפא דייטש הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר סאטמאר שליט''א לרגל זיין שידוך שליסן די וואך בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב, אינעם בילד: ביים לערנען בחברותא מיטן רבי'ן וויילענדיג אין ניו העמפשיר זומער תשפ"ב
יעצט אז מען האט געלייגט קאמענטארן וויל איך פרעגן פונעם מערכת פארוואס מאכט מען נישט קיין אימעיל יעדע וואך פון די פולע קרישקעס?