top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

א שידוך צווישן צוויי מחותנים חסידי וויזניץ מאנסי אויסגעפירט דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס האט געדינט אלס שדכן ביי די שידוך.

ביים הכנסת ספר תורה אין שטוב פון הרבני הנגיד חיים לנדאו הי"ו אין די רחביה געגענט אין ירושלים בראשות האד' מסאדיגורא ירושלים האט 'קרישקעס' באמערקט צווישן די משתתפים הרבני הנגיד ר' אלימלך שפירא הי"ו ראש הקהל סאדיגורה, אין הרה"ח ר' אהרן טירהויז הי"ו מנכ"ל מוסדות סאדיגורה.

האד' מסאדיגורא ירושלים ביים וואונטשן לחיים פאר הנגיד המפורסם ר' אלימלך שפירא הי"ו ראה"ק סאדיגורא.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אין א שמועס מיט הגה"צ רבי ישראל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש נאכן שלש סעודות וואס דער משפיע האט געפראוועט דעם שבת אין ביהמ"ד הגדול תוא"י אין ירושלים.

די מעיאר פון שטאט אלעד ר' יהודה אבוטבול הי"ו בקודש פנימה ביי האד' מוויז'ניץ בעת בעת די זמני כניסה די וואך אין אלעד לקראת די ימי הרחמים והרצון.

מעמד הבחינה פון צענדעליגער אברכים חשובים וועלכע האבן זיך פארהערט ביי גדולי הרבנים און באקומען הוראה דורכן מפעל שינון וחזרה.

הרב ישראל מנחם נחום רוקח נכד האד' מבעלזא ביים שמחת החתונה פון החתן משה איינהארן געטרייע משמש די לעצטע דריי יאר פון הרבנית הצדקנית מבעלזא תליט"א.

איש דורות ראו עיניו • האד' מתולדות אברהם יצחק ביים אנוואונטשן אן איר אייניקל הנולד לו למזל טוב, א אייניקל ביי חתנו הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר בן הנולד ביי בנו הרב אברהם יצחק טויב פון מאנסי.

כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א שפאצירנדיג די וואך ברחובות עיר הקודש ירושלים, ארומגענומען מיט די אייניקלעך ומשמשים בקודש.

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען אין א באגעגעניש מיטן איש האשכולות און בדחנא דמלכא ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן אויף די בערג אין סט. מוריץ שווייץ.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן איז משמח ביים חתונה פארלאפענעם וואך פון החתן משה גוטליב, נכד האד' מנחלת אהרן פארגעקומען אין בית שמש.

א הערליכע פלעק ביים חתונה מיט א הארציגע ברכת מזל טוב פארן חתן דורך די בארימטע הכנסת אורחים אין שטאט רימנוב פולין.

אין מיאמי פלארידע האט קרישקעס באמערקט האדמו''ר מסאדיגורא ירושלים ביים עולה זיין לתורה ווען אלס בעל קורא דינט די בארימטע גר צדק ובעל מנגן ניסים בלעק.

הרב יענקי קנייבסקי נכדו חביבו ויד ימינו פונעם שר התורה ביים חתונה די וואך בבית העסקן ר' מאטי בבציק הי"ו נאמן בית האד' מגור.




טעמו ונימוקו: דעת תורה פון הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון פארוואס "נישט" ארויסצוגיין פראטעסטירן קעגן דעם גזירת הגיוס.


האד' משענדישוב ביי תקיעת שופר נאכן דאווענען ראש חודש אלול, בבית מדרשו החדש אין שטאט מאנסי.


אברכי ק"ק וויזניץ אין א טענצעלע נאכן געהויבענעם מעמד התפילה די וואך בראשות הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער בן מרן האד' מוויז'ניץ אין אתרא קדישא מירון, ווערט געזעהן פון אונטער די קוליסן העסקן הרה"ח ר' אהרן סאמעט מגדולי עסקני חצר הקודש תולדות אהרן, ונאמן ביתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערענבוך שליט"א בעל תשובת והנהגות.

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים ארויסווייזן שעצונג פארן הויז בחור ביי זיין תנאים די וואך כאות הערכה פאר זיין געטרייע ארבעט מדי יום ביומו.

דער טרייסט בריוו פונעם געוועזענער פרעזידענט טראמפ יר"ה צום ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א על פטירת אמו הרבנית ע"ה פארעפענטליכט די וואך.

האד' מראחמיסטריווקא אויף א שפאציר אין גבעת זאב בגלילות ירושלים ווי די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה נאכן אפערארציע וואס די רבי איז דורך אויפן קאפ.

הונדערטער אידן ענען מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק מרובניץ זיע"א אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול.

הגאון רבי בערל לאזאר די הויפט רב פון רוסלאנד וואס איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל אויף א באזוך ביי מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וואו ער האט זיך דורכגערעט מיטן ראש הישיבה איבער די אנגייענדיגע פארהאנדלונגען צו באפרייען די עזה משכונות דאראונטער א אידישער געפאנגענע פון רוסישע אפשטאם.

כ"ק אדמו"ר מתולות אהרן שליט"א ביים אויפנעמען קבלת קהל אינעם 'קוויטל שטוב' פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זיע"א איידען פארלאזן קערעסטיר.

מעמד בקשת הגלה נא המסוגל לזיוויגים ביים ציון הק' פון הרה"ק מספינקא זיע"א אין שפיץ פון בנו כ"ק האד' מתולדות צבי ספינקא שליט"א.

הגאון רבי אברהם יהושע סולובייציק ראש ישיבת בריסק אויף דאטשע אין שטעטל דאבאס שווייץ.

האד' מפאריסוב באזוכט ביי האד' מנדבורנא צפת מקבל צו זיין ברכת קדשו נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.

האד' מנדבורנא צפת אויף א תפילה אין אתרא קדישא מירון לכבוד ראש חודש אלול, כמנהגו יעדן ראש חודש צו מתפלל זיין ביים ציון הרשב"י.

דער מכתב תנחומים וואס מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' האט געשיקט צו כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א ע"פ אחיו האד' מפאריסוב זצוק"ל, מיט נכדו חביבו ונאמן ביתו הרב פנחס שטערנבוך.

הרה"ג רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א ר"מ בישיבת נועם אלימלך ליזענסק ביים פוקד זיין די ציון הק' פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זיע"א ביום ההילולא די וואך.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן ביים שבע ברכות די וואך בבית העסקן ר' מאטי בבציק הי"ו.

הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון אויפן וועג פונעם קענעדי לופטפעלד צום שטאט פאראקוועי מיט פאליצייאישע באגלייטונג, אנקומענדיג צוגאסט קיין ניו יארק אויף א ביקור חיזוק לטובת די ניי געגרינדעטע קרן עולם התורה.

דער אומפארגעסליכער 'הכרזת א-ל-ו-ל' דורכן ראש הישיבה הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל בהיכל ישיבתו, ראש חודש אלול תשפ"ב.


דער בארימטער מחנך הרב לייביש ליש אויף א באזוך ביים פוסק הדור מרן גאב"ד ירושלים שליט"א צו הערן חיזוק והדרכה איבערציגעבן פארן יונגען דור‎.


האד' מצאנז ביי תקיעת שופר נאכן דאווענען ראש חודש אלול.

 

Bình luận


bottom of page