פרייטאג פ' ראה • כ"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת - ושם אשה גדולה
מיט גרויס צער און טרויער נעמען אויף חסידי מודזיץ די ווייטאגליכע ידיעה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית ממודזיץ, מרת ביילא רחל טאוב ע"ה מחברתו הטהורה אין אלמנת הרה''ק בעל נחלת דן ממודזיץ זצ"ל, אמה של מלכות פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א, וואס איז יעצט נאכמיטאג נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 91 יאהר.
דער רעבעצען ע"ה, בת גדולים וטובים, איז געוועהן א טאכטער פון הגה"צ רבי שמואל אהרן שידרוביצקי זצ"ל מביאליסטאק מראשי אגודת ישראל בארה"ק, וועלכע האט געצויגן זיין הערליכן יחוס צו די פריערדיגע צדיקים תלמידי הבעל שם טוב הק' לבית פשיסחא, לעלוב, ראדושיץ, ראפשיץ, קאזניץ, לובלין און נאך פיל. כל ימי' איז זי צוגעשטאנען מיט א געוואלדיגן געטריישאפט לימין בעלה הגדול דער מודזיצער רבי, אז ער זאל קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש וזכתה לגדל בנים ובני בנים, בנין וחתנין רבנן, און זעהן עולמה בחייה מיטן המשכת שלשלת הקודש אלס אמה של מלכות פון די ברודער האדמורי"ם ממודז'יץ און קוזמיר שליט"א, וועלכע פירן אן זייער שיינע הויפן אין שטאט בני ברק לשם ולתהלה.
די לוי' גייט ארויס היינט ערב שבת 12:45 פון ביהמ"ד קוזמיר אויף רח' רש"י און בני ברק, שפעטער אום 1:15 ביים ביהמ"ד הגדול מודזיץ אויף רחוב חבקוק, ארום 2:30 וועט די מיטה אנקומען צום בית הלויות שמגר אין ירושלים פון דארט וועט די לוי' ארויסגיין צום הר הזיתים וואו די רעבעצין ע"ה וועט קומען לקבורה נעבן איר גרויסן מאן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ זצ"ל.
יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Comments