מיטוואך נח • כ"ח תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות און ערווארטונג רישן זיך חסידי ומעריצי בית תולדות אהרן און בכלל חסידים ואנשי מעשה אין ניו יארק צו מקבל זיין פני כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואס וועט אונטערנעמען א לענגערע ביקור הוד אין ניו יארק לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, החתן הרב אברהם יצחק בן לחתנו הרה"צ ר' אליהו גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד בית שמואל בנימין קרית יואל בן הגה"צ ר' אריה לייביש זצ"ל דומ"ץ קרית ויואל משה מאנטיסעלא און אן איידעם ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש.
דער רבי שליט"א וועט פארוויילן גאנצע פיר וואכן אין אמעריקע, אויסצונוצן די געלעגנהייט אויפצוטרייבן געלטער לטובת די הייליגע אימפעריע פון מוסדות תולדות אהרן בארה"ק, און צו שאפן די נויטיגע פאנדן פאר הקמת ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים עיה"ק.
דער רבי שליט"א וועט לאנדן אין ניו יארק קומענדיגן מיטוואך וירא צופרי, שבת וירא וועט געפראוועט ווערן די שבת עלי' לתורה אינעם שאלעי האטעל אין פאלסבורג, וואס ווערט צוגעשטעלט בנדיבת לב דורכ'ן אייגנטומער הנגיד ר' יוסף יצחק ראזענבוים פון לעיקוואד מגדולי תומכי בית תולדות אהרן. דער שבת של שמחה וועט גלייכצייטיג דינען אלס גייסטרייכע שבת התאחדות פאר כלל חסידי תולדות אהרן פון אלע שטעט וואס וועלן האבן די זכי' לחסות בצל רבם ומאורם אויף א געהויבענעם פארנעם. די חתונה הגדולה וועט פארקומען דינסטאג חיי שרה אין שטאט קרית יואל, נאכגעפאלגט מיט די קייט פון שבעת ימי המשתה.
אין די נאכפאלגנדע דריי שבתים, חיי שרה, תולדות און ויצא, וועט דער רבי וויילן אין שטאט מאנסי, וואו עס וועט במשך די פאר וואכן אפגעהאלטן ווערן א רייע מיט מסיבות און באנקעטן פאר די נדיבים בעם, און עס וועט זיין א געלעגנהייט פאר'ן ציבור אריינצוגיין לעצה ולברכה און מיטהאלטן די ווארעמע תפילות און מעמדים בצל הקודש.
Comments