top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזרח השמש ובא השמש • קידוש שם שמים ביים מעמד 'קיום בית צדיקים' און הכתרת כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א

דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר


היינט פארמיטאג אין ארץ ישראל האבן זיך הונדערטער חסידי ביאלא צוזאמגענומען אין גרויסן ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים ביים מעמד 'קיום בית צדיקים' וואו כ''ק אדמו"ר מביאלא שליט''א איז אויפגענימען געווארן אלס ממשיך שושלת הקודש דבית ביאלא אין ווייטער פירן די עדה הקדושה, שטייענדיג ככלות השבעה להסתלקותו פונעם געטרייער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מביאלא זכר צדיק לברכה בעל 'מבשר טוב'. דאס בית מדרש איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט הונדערטער חסידים וואס זענען געקומען צופארן פון אלע שטעט מיטצוהאלטן דעם היסטארישן מאמענט, דער היכל איז געווארן אויסגעשטאט מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן פאר די בחורים, אינגעלייט און קינדער און צענדליגע שורות בענק פאר די בעלי בתים און חשובי וזקני העדה. 


אויפן גרויסן בימת הכבוד זענען געזעצט געווארן די זרע קודש הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן זצ"ל און אין צענטער איז געזעצן בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, אויך האט זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן הגה"צ המפורסם רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעל מחבר ספרי 'פסקי תשובות' א פלומעניק פונעם רבי'ן ז"ל.


אנהייב פונעם מעמד האט מען מכבד געוועהן מיט  א דרשה הגה"צ רבי לייבוש ראבינאוויטש אב"ד שערי מרדכי מאנטשעסטער בנו הגדול פונעם רבי'ן זצ"ל, בראשית דבריו האט ער ארויסגעברענגט די שווערע קלאפ וואס מען האט געליטן בכלל ובפרט, דאן האט ער זיך באצויגן צום המשכת שלשלת הקודש, ארויסברענגענדיג וואו די טאטע האט זיך געזארגט מיט א אויסערגעווענדליכע אחריות פארן עתיד פונעם קהילה און וואו ער איז דערביי געוועהן ווען דער טאטע האט אפגעשריבן די צוואה מיט א געוואלדיגע אחריות און ישוב הדעת,  דער קידוש שם שמים האט אפגעהילעכט ווען ער האט פארגעליינט די צוואה וואו די רבי איז ממנה דעם רבי'ן שליט"א אלס ממלא מקומו. ער האט ציטירט די עדות וואס די רבי שרייבט אויף די נייע רבי שליט"א: 'ובני הגה"צ שליט"א הוא ירא אלוקים מנעוריו', און צוגעגעבן אז ער אליין קען דאס אויך באשטעטיגן, און אז דאס איז נאך ווייניג געזאגט...


די רב שליט"א האט ממשיך געווען אז די טאטע רעדט ארום אין די צוואה הקדושה בגנות המחלוקת וואס איז גורם א צער פאר די צדיקים משמי מעל, און מידה טובה מרובה אז מען וועט זיך האלטן באהבה אחווה שלום ורעות וועט דאס גורם זיין א נחת רוח פאר די פריערדיגע רבי'ס. ער האט דערביי מחזק געוועהן זיין יונגערע ברודער די רבי שליט"א זאגנדיג אז די גאנצע משפחה שטייט לימינו און טוען איהם שעצן און שטיצן פון אלע בחינות.

בסיום דבריו האט די רב שליט"א ארויסגעברענגט בשם די גאנצע משפחה רגשי הכרת הטוב פאר די משמשים בקודש און עומדים לימינו פונעם רבי'ן זצ"ל אין לויף פון די אלע יאהרן, בפרט די אלע וואס האבן זיך אוועק געגעבן במסירות נפש אין די לעצטע צייטן, און דערמאנט די משמשים בקודש הרב יענקל פרוש, הרב יוסף  אייכנשטיין, זיין ברודער הרה"צ ר' אברהם משה ראבינאוויטש רב קהילת ביאלא אין מעלה עמוס, די שוואגער'ס און אייניקלעך, און דאקטער סיימאנס וואס האט זיך גאר אסאך אפגעגעבן די לעצטע תקופה. ער האט צוגעענדיגט מיט א ברכת מזל טוב פארן ברודער די רבי שליט"א, און די גאנצע ציבור האט אויסגעשריגן א הילכיגן מזל טוב.


דאן זענען צוגעגאנגען צום רבי'ן שליט"א צוויי פון די זקני החסידים הגאון רבי מאיר בראנד שליט"א מרבני הקהילה, און הרה"ח ר' יוסף שטיינמעטץ - די עדים נאמנים אויפן צוואה, און האבן איבערגעגעבן א קוויטל מקבל זיין מרות צו זיין פונעם נייעם רבי'ן שליט"א, וועלכע האט געליינט דאס קוויטל כזקן ורגיל, זייענדיג מאציל ברכות לרוב לעיני קהל ועדה וואס האבן זיך צוגעקוקט צו דעם מחזה הוד.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וואס האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן באוויינט די שווערע אבידה אין דער קלאפ וואס דער קהילה האט געליטן זאגנדיג אז מיר אלע האבן פארלוירן א טאטע און א רבי, און שטארק מחזק געוועהן די חסידים זיך צו טרייסטן נאך דעם שווערן אומגליק, זאגנדיג אז מען טרייסט זיך מיט די ירושה וואס די רבי האט איבערגעלאזט, זייענדיג מרחיב בדברי דרוש איבער די ירושה ברוחניות וואס א צדיק איז מנחיל לדורות.


דערנאך האט די רבי מיט התרגשות ארומגערעט איבער די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון כל הקהל הקודש, וואס האט זיך אנגעזעהן בפרט די לעצטע זמנים ווען מען האט זיך צוזאמגענימען אויף משמרות תהילים באטאג און באנאכט איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה, און זיך אויך באדאנקט פאר די דאקטורים וואס האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש למען בריאותו השלימה.


דאן האט די רבי שליט"א מרחיב געווען מיט דברים כדרבונות פאר די חסידים במשנתו הטהורה זיך דערווייטערן פון מחלוקת, און וואו כלל ישראל אין אלע דורות האבן זיך געהאלטן אין די שווערע מצבים נאר בכח האחדות, און מען זאל זעהן מקיים צו זיין די רצון פונעם רבי'ן און זיך האלטן באחדות אין אלע שטיבלאך די בכל אתר ואתר. בקול בוכים האט די רבי מסיים געוועהן מיט א בקשה פונעם ציבור אז ווען מען גייט אצינד ארויף צום ציון זאל מען בעטן ביים רבי'ן זצ"ל אויף ישועות ורפואות בכלל ובפרט, און מען זאל קענען זיך מדבק זיין בדרכיו, אין קענען גורם זיין א נחת רוח פארן טאטן בגנזי מרומים.


דערנאך האט דעם רבינס עלטערע ברודער הגה"צ רבי דוד מאניש ראבינאוויטש שליט"א רב ביהמ"ד ביאלא אויף רח' המרכלים אין ירושלים צווייטער זון פונעם רבי'ן זצ"ל געמאכט די סיום פון ששה סדרי משנה און געזאגט די הדרן, און דערביי האבן אלע קינדער פונעם רבי'ן זצ"ל געזאגט קדיש דרבנן.


די רבי שליט"א האט דאן געטרינקען לחיים און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, דערנאך האט מען געזינגען קה זכות אבות, און דאן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט די ניגון 'כי אורך ימים' מיט גרויס התרגשות. דערנאך איז די רבי שליט"א אריין לחדרו הפרטי פונעם רבי'ן זצ"ל און זיך געזעצט על כסא קדשו, וואו די רבי האט געזעגענט די זקני החסידים פון 75 יאהר און ארויף מיט קוויטלעך און פדיונות, כנהוג אין ביאלא האבן זיך די חסידים אליינס געשריבן די קוויטלעך און דאס אריינגעטראטן אל הקודש פנימה.


אין די מיטאג שעהן איז די רבי שליט"א ארויף אינאיינעם מיט די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און די הונדערטער חסידים צום ציון הק' במרומי הר הזיתים, די רבי שליט"א האט געדינט אלס שליח ציבור און פארגעזאגט די מזמורי תהילים, און דערנאך האבן אלע קינדער געזאגט קדיש.


ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור






































































Comments


bottom of page