top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' וארא • א' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


 

א בקשה מיוחדת מטעם בית כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א מיט וויכטיגע אנווייזונגען פאר די משוררים ביי די חתונה הגדולה היינט אויפדערנאכט.


האד' מלויצק אויף די מאנטריאלער גאסן אינאיינעם מיט הנגיד ר' מיכל ראזנבערג/


האדמו"ר מאמשינוב אויפן ציון פון די באבע הרבנית פייגא ברכה מחברתו הטהורה פון הרה''ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זיע"א, דעם ערב שבת הארט פארן זמן כניסת השבת.


האדמו"ר מבאבוב 45 ביים איבערגעבן א שיעור פאר די תלמידי המתיבתא דורכן טעלעפאן וויילענדיג אויף אפרוה אין אריזאנע.


אין די טעג שטייט צום פארקויפן אויף ליציטאציע א י"ב חלה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זצ"ל פון 17 יאר צוריק.


מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א גייענדיג אויף די גאסן פון שיכון וויזניץ אין בני ברק, אויפן וועג צום היסטארישן אסיפה די וואך.


המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן פארציילט ביי זיין וועכענטליכע שיעור איבער הרב יוחנן טייטלבוים שליט''א בן כ''ק האדמו"ר מאלעסק ירושלים וואס האט געפיטערט א לייב אין א טיר גארטן אין ארגענטינע.


עסקני חצר הקודש סאדיגורה אויף א זיצונג איבערגייענדיג די לעצטע דעטאלן איידערן גמר המקח פארן בנין וואס איז אפגעקויפט געווארן פארן מרכז העולמי דחסידי סאדיגורה.


שיחת חסידים: הרה''ג רבי אברהם מרדכי מלאך אין א שמועס מיט הרה''ח ר' פנחס בערגער ביים גרויסן נסיעה 'בני היכלא' בראשות האד' מסקווירא קיין קראקא.


ביים מסע הקודש 'בני היכלא' פון האד' מסקווירא אין קראקא האט קרישקעס באמערקט העסקן ר' דוד חיים הערמאן מנאמני ביתו פונעם סקווירא רבי'ן.


אחים לענטשעווסקי ביי די עבודת הקודש צו פאראייביגן די היסטארישע סקווירא נסיעה.


די וואך שבת האט האד' מאנטניא געוויילט במחיצת הקודש פון מחותנו האד' מתולדות אברהם יצחק אין הר יונה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון א בשותפות'דיגע אייניקל.


האדמו"ר מסקווירא ביי קידוש לבנה אין קראקא ביים היסטארישן מסע הקודש 'בני היכלא' די וואך אין שטאט קראקא.


דעם אלעמען באקאנטער סקווירא עסקן ר' שלום אלי' פעלבערבוים אנקומענדיג צום מסע המרומם 'בני היכלא' אין קראקא.


דערמאנונג פאר מחותנים לכבוד חמשה עשר בשבט דורכ'ן ועד החתונה תקנות שע"י ק"ק באבוב 45.


חב"ד הויפטקווארטיר האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט נאך וואס בילדער און ווידעא פון אן אינצידענט אין 770 זענען ארומגעגאנגען איבער די אלגעמיינע סאושל מידיא פלאטפארמעס. די פארוואלטונג פון די שול האט מסדר געווען צעמענט טראקס צו פארזיגלען אונטערערדישע טונעלס וועלכע זענען אנטדעקט געווארן לעצטנס און געשאפן זיכערהייט געפארן, ווען יוגנטליכע האבן זיך קעגנגעשטעלט און געפלינדערט דעם שול, מיט פאליציי דורכפירנדיג ארעסטן.


א בריוו אונטערגעשריבן דורך די בית דין אין קראון הייטס, וואו די רבני חב''ד טרעטן שארף ארויס קעגן די חילול ה' וואס האט זיך אפגעשפילט די וואך אין 770.


אסיפות מועצת גדולי התורה די וואך אין שטוב פון הגאון רבי שמאול קאמינעצקי ראש ישיבת פילאדעלפיע מיט אלע ראשי הישיבות פון בית מדרש גבוה דלעקוואד, נאכפאלגנדיג די פטירה פונעם המשגיח הגה"צ רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל.


א באשיידענעם מעמד קבלת פנים לכבודו פון הרה"צ ר' שלום עוזר האגער בן האדמו"ר מסערט וויזניץ וועלכע האט זיך אין די טעג אריבערגעצויגן קיין עיה''ק ירושלים.


הגאון ר' מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב''י  אויף א תפילה ביים קבר פון אמו הרבנית ע''ה ביום היארצייט.


באלאבעסטע פראדוקטן על שולחן מלכים פון האדמו"ר מסאטמאר.


מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן בשמחת בית תולדות אברהם יצחק - דאראג - ספינקא מאנסי - בערעגסאז במעונו פונעם זיידן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, ווערט געזעהן די מחותן הרה''צ רבי פישל ראזנפעלד בן האד' מדאראג ובנו החתן.


האדמו"ר מסטריקוב ירושלים וואס וויילט די טעג אין ניו יורק אויף א באזוך במעונו פון האדמו”ר מראחמיסטריווקא לעקוואד שליט"א.


קרישקעס האט די וואך באמערקט הגה"צ אב"ד אודווארי שליט''א אויף די וויליאמסבורגער גאסן.


בילד פון 'הימל': שטאט מאנסי איינגעהילט אין ווייסן שניי פארלאפענעם זונטאג אינדערפרי.


א פאמיליע אין ארץ ישראל האט צוזאמגעשטעלט אן אייגענארטיגע בעזים, צו טאנצן ביים חתונה פונעם יונגסטן קינד אין די פאמיליע...


קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר הרב יהודה ברייער פון די בארימטער 'תפארת אוקשענס' לרגל שמחת החאלקא פון זיין זוהן למזל טוב, ווערט געזעהן זיך וואונטשן ביי כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א.


Comments


bottom of page