דינסטאג פ' בשלח • י"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א האט זיך היינט ארויסגעלאזט אויף א קרוצע ביקור קודש צום שטאט אנטווערפען וואו די רבי וועט פראווען דעם קומענדיגן חמישה עשר בשבט בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי אנטווערפען. דאס איז די ערשטע מאל וואס די רבי וועט אפרעכטן א טיש לכבוד חמישה עשר בשבט אין די פרעמד.
די רבי שליט''א האט זיך ארויסגעלאזט אויף א פריוואטע טשארטער פליגער מיט א שיירה פון הונדערטער חסידים, אחים לדעה וועלכע זענען מיטגעפארן מיטן רבי'ן מחזק צו זיין די קהילה אין אנטווערפען, אין צוגאב זענען ערווארטעט פילע געסט פון אמעריקא אין אייראפע.
מיטאג צייט וועט די רבי שליט''א לאנדען אינעם לופטפעלד אין שטאט אמסטערדאם אין תיכף צופארן דעם וועג קיין אנטווערפען צום אכסניא בבית הרה''ח ר' איטשע ווייס שו''ב. אויפדערנאכט וועט די רבי שליט''א ערשיינען אינעם אלטן וויזניצער ביהמ''ד אויף די יאקאב יאקאב גאס וואו מען וועט דאווענען מעריב נאכגעפאלגט מיטן שולחן הטהור לכבוד היום. נאכן טיש וועט פארקומען די מעמד התחלת כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די חברי הקהילה אין אנטווערפען לזכר נשמתו הטהורה פון הרה''ק בעל 'ישועות משה' מוויז'ניץ זי''ע.
מארגן דאנערשטאג מיטאג צייט וועט זיך די רבי ארויסלאזן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ ישראל.
דעם ביהמ''ד דחסידי וויז'ניץ אויף יאקאב יאקאב באצירט לכבוד דעם רבינס באזוך
Comments