זונטאג פ' נשא א' - א' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
היינט אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א היסטארישע באזוך אין רמת וויזניץ חיפה, נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו 10 יאהר זינט די הסתלקות פונעם שווער כ"ק אדמו"ר בעל 'חכמת אליעזר' מסערט וויזניץ זכר צדיק לברכה, ווי די רבי איז אין א היסטארישע שריט ערשינען אין היכל בית מדרש הגדול סערט וויזניץ זיך באטייליגן ביים עריכת השולחן הטהור סעודת ההילולא פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א לרגל די יארצייט פונעם זיידן הרה"ק בעל 'אהבת ישראל' מוויזניץ זי''ע.
די סערט וויזניצער רבי האט אויפגענימען דעם רבין ביותרת הכבוד, און די שוואגער'ס האדמורי"ם שליט"א האבן אינאיינעם געשמועסט באהבה אחווה ורעות, די רבי שליט''א איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון די קינדער בנו הגדול הרה"צ ר' ברוך קארנרייך, בנו הרה"צ ר' יהודה זאב און חתנו הרה"צ רבי איתמר ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ב"ב, נאכן טיש זענען די רבי'ס אראפ צו ביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר בעל 'חכמת אליעזר' מסערט וויזניץ זצ"ל ווי מען האט פארברענגט בדברי תורה וסיפורי צדיקים און זכרונות פון אמאל, די סערט וויזניצער רבי האט מכבד געווען דעם רבין מיט מזונות און לחיים און נאכן באזוך ארויסבאגלייט דער שוואגער לרחובה של עיר.
Comentarios