top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צהלי ורוני יושבת ניו יארק • הגאון רבי דב לנדא וועט קומען צו פארן אלס אורח הכבוד צום מעמד אדירי התורה

דינסטאג פ' נשא א' - ד' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


צהלי ורוני יושבת ארצות הברית, כי קדוש בקרבך גדולי ישראל!


די יהדות החרדית איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשערזי, פענסילוועניע, און די גאנצע אומגעגנט, טוען מיט פרייד מקבל זיין די פריידיגע בשורה אז הנה מלכים באים, בעוד שבוע אחד וועט מען האבן די זכיה מקבל פנים צו זיין בהדרת כבוד די גדולי ראשי הישיבות פון ארץ הקודש, הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, און הגאון האדיר ר' מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב"י, חתנא דבי נשיאה פון מרן הרב שך זצ"ל בעל אבי עזרי.


די גדולי הדור קומען צו פארן לפאר ולרומם כבוד התורה ולומדיה, צו באשיינען די היסטארישע מעמד אדירי התורה וואס איז געפלאנט אויף דעם קומענדיגן זונטאג פרשת בהעלותך אינעם גיגאנטישן וועלס פערגא סענטער אין פילאדעלפיע, במעמד אלופי אלפי ישראל, לומדי תורה ומחזיקי תורה.


מטעם די מקורבים אין שטוב פון הגאון הגדול ר' דוב לאנדא איז שוין אפיציעל באשטעטיגט געווארן אז מרן ראש הישיבה וועט ארויספארן קיין אמעריקע נאך שבועות צו באשיינען די היסטארישע מעמד, און די מקורבים אין שטוב פון הגאון הגדול ר' מאיר צבי בערגמאן גיבן איבער אז ווי מ'האפט וועט מרן ראש הישיבה אויך ארויספארן קיין אמעריקע באשיינען די מעמד, אבער קיין ענדגילטיגע באשלוס איז דערווייל נאכנישט געגעבן געווארן.


אין די יעצטיגע טעג קומען פאר פיבערהאפטיגע הכנות צו פארזיכערן די מאקסימום הצלחה פונעם כינוס, סיי צווישן דעם המון עם אויפצוטרייבן שטיצע לטובת די לומדי תורה, רייכע מסיבות דורך חשובע פילאנטראפן און נגידים בעם, און אזוי אויך צווישן די לומדי תורה זעלבסט וועלכע טוען זיך צוגרייטן בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד, ווען עס וועט געפראוועט ווערן טויזענטער סיומי הש"ס בבלי און ירושלמי.


אין די יעצטיגע טעג איז ערשינען א פאראייניגטע קול קורא פון אלע רבנים ודיינים אין שטאט לעיקוואד, וואו זיי רופן דעם ציבור מחזק צו זיין די קרן אדירי התורה, און זיין א טייל פון די מאסיווע כנסיה לשם שמים, לפעול ולהפעיל למען כבוד התורה ולומדיה.


אשריכם תלמידי חכמים, שדברי תורה חביבין עליכם ביותר.

Comments


bottom of page