מונטאג פ' במדבר - כ"ד אייר תשפ"ג | קול בחצרות
נעכטן זינטיג איז פאגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם מקוה טהרה אינעם בנין הכנסת אורחים אין שטאט רימינוב אין פולין, למען טהרתן וקדושתן של ישראל אויף אזא מקום קדוש סמוך ונראה צום ציון הקדוש אין רימינוב.
דער מעמד נרגש איז אפגעראכטן געווארן אויף אן ענגע פארנעם מיט א געקליבענע צאל נדיבים נכבדים און חסידים ואנשי מעשה, אין שפיץ דער אורח הגדול כ"ק האדמו"ר מוויזניץ לאָ נדאָ ן שליט"א ועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אָפּרוה אין די שטאָט רימנוב.
מ'האט אנגעהויבן די מעמד מיט ספעציעלע פסוקי תהלים מיוחד פאר אזא שעת רחמים ועת רצון, נאכגעפאלגט מיט ניגוני התעוררות.
דאן האט אויפגעטראטן העסקן הרב מענדיל אדלער וועלכע האט זיך אַריינגעלייגט בעובי הקורה אויפצובויען אדעם הערליכן בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הקדוש אין רימנוב וועלכע איז נארוואס באנייט געווארן.
מיט א חרדת קודש האט דער וויזניצער רבי שליט"א געגאסן די יסודות צו די בארות המים.
אין צום ענדע האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע פייערליכע ריקודין אויף די גרויסע זכי', ושאבתם מים בששון ממעייני הישועה.
Comments