top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי קרית יואל וילדי תשב''ר גרייטן זיך צו 'ימי חנוכת הבית' פונעם מבצר האדיר 'בנין קליין'

זונטאג פ' במדבר - כ"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות


אלפי חסידי סאטמאר תושבי קרית יואל אינאיינעם מיט די טויזנטער תשב"ר פון די מוסדות, טערטן אריין אין די יום טוב'דיגע תקופת "חנוכת בנין קליין", ווען ס'וועט בעז"ה געפראוועט ווערן די פייערליכע מעמדים נשגבים לחינוך בנין האדיר "ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר - בנין קליין", וואס איז אין די טעג פולקאם פארענדיגט געווארן, כליל בהדרו, לשמחת לבם פון די אלפי תשב"ר ומלמדיהם וכל הקהל הקודש תושבי עיר הצדק קרית מלך רב.


דער נייע בנין קליין - דער 'גרעסטער בנין' לחינוך הבנים, צווישן די פילע פרעכטיגע בניני המוסדות המתנוססים לשם ולתפארת, תחת דגלו פונעם מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט אפגעקאסט די אוימגלויבליכער סומע פון איבער 35 מיליאן דאלאר, אויסטערלישע יגיעות, עסקנות, שתדלנות מיט העפטיגע קאנסטרוקציע.


די סעריע פייערונגען פונעם חנוכת הבית וועט אפגעראכטן ווערן מיט'ן פולן פראכט און שמחה, און אנשליסן די אלפי תלמידי המוסדות די פאקטישע 'בעלי שמחה', און די חשוב'ע תומכים ונדיבים החשובים, וועלכע האבן ערמעגליכט אויפצובויען דעם בנין מפואר ונהדר, אוועקצושטעלן א יסוד מוסד פאר תורה און חינוך לאלפי תשב"ר. די ימי השמחה זענען באשטימט געווארן אויף די פאסיגע טעג ארום יום טוב "קבלת התורה . די ימי חינוך בית מקדש מעט וועט זיך אנהייבן דעם דאנערשטאג במדבר, אינעם יום המסוגל "ערב ראש חודש מוקדם", ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן דער מעמד נרגש "חינוך תשב"ר, געאייגנט פאר די טויזנטער ילדי חמד פון אלע סניפים פון כיתה ג' און ארויף איינגעטיילט אין צוויי באזונדערע מאורעות, דורכאויס דעם טאג.


אין דער זעלבער צייט ווערן שוין געמאכט די פיבערהאפטיגע הכנות צו די עלעגאנטע און פייערליכע מסיבת "קביעת מזוזה", וואס וועט אפגעראכטן ווערן בהוד והדר זונטאג דערויף, א' נשא ביום ר"ח סיון, ספעציעל געווידמעט פאר די נאנט צו 1,500 "בוני הבית" וועלכע האבן געהאט די זכי' זיך אנצושליסן מיט $1,800 להקמת המבצר. די מאורע וועט געפייערט ווערן מיט גרויס פראכט, קאמבינירט מיט א סעודת ראש חודש וואס ווערט סערווירט ווערן אויף אן עלעגאנטן שטייגער לכבוד די בוני הבית, וועלכע וועלן זיך וואשן צו א רייכע פת שחרית, ווען בראש וועט מען האבן די זכי' אז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועט מפאר זיין דעם מעמד, אין משמיע זיין מדברות קדשו לכבוד המאורע. דער מעמד וועט פארקומען אין דער נייער פרעכטיגער זאל "גינת קליין" אויפ'ן אונטערשטן שטאק פונעם בנין התלמוד תורה.

Comments


bottom of page