top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הרבנית הצדיקת מדעעש ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר בעל אמרי צבי מדעעש זי"ע | ביאגראפיע

דינסטאג פ' במדבר - כ"ה אייר תשפ"ג | קול בחצרות


ברוך דיין האמת


יעצט נאכמיטאג קומט אן די ביטערע בשורה פון די מאימאנידיס שפיטאל אין ניו יארק, איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת מדעעש ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל אמרי צבי מדעעש זצ"ל, וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון זיבן און ניינציג יאר.


די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרה"צ ר' יחזקאל מנחם פאנעט זצ"ל מדעעש, א זון פון הרה"ק ר' יצחק יחיאל מדעעש זי"ע, א זון פון הרה"ק ר' משה'לע פון דעעש זי"ע, און איידעם ביי הגה"ק ר' משה זאב קאהן זצ"ל אבד"ק סענדזשארץ.


נאכן קריג האט די רעבעצין חתונה געהאט מיט איר גרויסן מאן כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' צבי מאיר פאנעט זצ"ל, עלטסטער זון פון הרה"ק בעל שארית יוסף מדעעש זי"ע, די ערשטע תקופה זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי געוואוינט אין טשיקאגא, און שפעטער מיטן הסתלקות פון הרה"ק בעל שארית יוסף מדעעש זי"ע, ווען איר מאן דער דעעשע רבי זצ"ל איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו, האבן זיי זיך געצויגן קיין ניו יארק און זיך באזעצט אין שטאט וויליאמסבורג.


אין יענע תקופה האבן זיי אויך געוואוינט פאר עטליכע יאר אין ארץ ישראל, וואו דער דעעשע רבי זצ"ל האט אנגעפירט דעם שיינעם דעעשע בית המדרש אין שטאט בני ברק.


די לעצטע צוואנציג יאר, זינט די הסתלקות לשמי מרום פון איר גרויסן מאן הרה"ק בעל אמרי צבי זצ"ל, האט זי ווייטער מיטגעהאלטן דעם המשכת שלשלת הקודש זעענדיג אירע געהויבענע קינדער תלמידי חכמים ובני עלי' וואס זענען משמש באדמורו"ת לבית דעעש.


אין די לעצטערע טעג איז אנטשטאנען א שטארקע פארערגערונג אין איר מצב הבריאות, און יעצט נאכמיטאג איז זי נפטר געווארן בשיבה טובה לחיי העולם הבא. פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.


די רעבעצין לאזט איבער א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן, אדמורי"ם ורבנים, דיינים ומורי הוראה, בנה הגדול כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א על ישראל הדרתו בעיר התורה והחסידות בני ברק, די זיהן כ"ק אדמו"ר מדעעש וויליאמסבורג, כ"ק אדמו"ר מדעעש קרית יואל, הגה"צ ר' מנחם מענדיל פאנעט, הגה"צ ר' יוסף פאנעט, און הגה"צ ר' יעקב אלימלך פאנעט שליט"א מדעעש.


די איידימער הגה"צ ר' משה יוסף מאסקאוויטש שליט"א אבד"ק שאץ ב"פ, כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, און הגה"צ ר' דוד משה מייזליש אב"ד שאפראן ב"פ.


אזוי אויך איז די רעבעצין געווען א מחותן מיט גאר אסאך מגדולי האדמורי"ם בארץ ובגולה, צווישן זיי האדמורי"ם מבעלזא, סקווירא, וויזניץ, ויזניץ מרכז, ראחמיסטריווקא, באבוב 45, קארלין סטאלין, פשעווארסק, טאהש, תולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, וויען, קאלוב, צאנז זוועהיל, דאראג, קרעטשניף, טשערנאביל ארה"ק, טשערנאביל ארה"ב, וויזניץ ירושלים, וויזניץ מאנטריאל, מאקאווא, סקולען וויליאמסבורג, תולדות צבי ספינקא, סערדאהעלי, סקאליע, האחים האדמורי"ם מקאסאן, זוועהיל, בורשטין, ביאלא ב"ב, ביאלא בי"ש, סאטמאר ב"ב, ווערצקי, שומרי אמונים, זידטשויב, שינאווא, שאץ, מעליץ, סטראפקוב, ועוד


די לוי' גייט ארויס היינט 8 אזייגער אויפדערנאכט פון דעעש'ער ביהמ''ד אויף 172 ראסס סט. אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום בית החיים אין ניו דזשערזי.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


Comments


bottom of page