top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ וועט מארגן דורכגיין אפעראציע

דינסטאג פ' פקודי • כ''ה אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בקשו רחמים: חסידי וויזניץ וועלן מארגן מעתיר זיין לרפואתו השלימה פון הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל ישועת משה מוויזניץ זצ"ל, וועלכער גייט מארגן דורך א פראצעדור, נאכדעם וואס מ'האט ביי אים געטראפן א געוואוקס - ב"ה אויף א גאר לייכטן אופן.


די דאקטוירים רעדן שטארק פאזיטיוו אז מ'האט דאס ב"ה געכאפט באצייטנס, און דער פראצעדור ארויסצושניידן דעם געוואוקס פון די מאגן איז א געווענליכע און אפטע ערשיינונג צווישן די שפיטאל ווענט, און מ'טוט זיך דערפון שנעל ערהוילן און צוריקגיין צום געווענליכן געזונהייט רוטין, בעזר השם.


די אפעראציע נעמט עטליכע שעה, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף, מיט די תפילות ישראל, וועט דער ראש ישיבה שוין זיין אינדערהיים אויף שבת, און וועט אינגיכן קענען צוריקגיין צום געווענליכן סדר היום און עבודת הקודש בהרבצת התורה. היינט נאכמיטאג ביים אריינפארן אין שפיטאל האט זיך דער ראש הישיבה שליט"א טעלעפאניש פארבינדן מיט די שוואגער'ס האחים האדמור"ים מוויזניץ שליט"א, זיך מזכיר צו זיין לרפואה שלימה, און אז אלעס זאל גיין כשורה.


חסידי וויזניץ בכל מקומות שהם וועלן מארגן מיטוואך אין טאג פון די אפעראציע מעתיר זיין בתפלה ותחנונים פאר מרן מנחם בן שבע ברכה לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.


Comentários


bottom of page