top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות ניו יארק גרייט זיך צו געהויבענער באזוך פון האד' מקרעטשניף לרגל שמחת נישואי נכדו

מונטאג פ' ואתחנן - ו' אב תשפ"ג | קול בחצרות


לעצטע הכנות ווערן געמאכט לקראת די געהויבענע מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען קיין אמעריקע, לפאר ולרומם על ראש שמחתו, שמחת החתונה פון נכדו חביבו החתן בן לבנו הגה"צ ר' זלמן לייב ראזענבוים שליט"א אב"ד קרעטשניף בראכפעלד, איידעם ביי הגה"צ ר' אליעזר ליפא כהנא שליט"א מספינקא ירושלים, מיט די כלה בתו הצעירה פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקע, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


די חתונה וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר בקול רנה ותודה והמון חוגג, דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת עקב חמשה עשר באב, בקרית מלך רב שיכון סקווירא, במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה, גאר ספעציעל גרייטן זיך חסידי ומעריצי בית קרעטשניף, מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה בצל הקודש פונעם קרעטשניפער רבי'ן שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט אנצוקומען בשערי ארצות הברית לחון את פני העיר און באשיינען די געהויבענע שמחה במעון קדשו.


דער רבי שליט"א טוט אונטערנעמען די דאזיגע נסיעה טראץ זיינע שוואכע כוחות, נאך עטליכע יאהר וואס די רבי האט נישט באזוך אין ניו יארק. אינאיינעם מיטן רבי'ן קומען צו פארן א חבריא קדישא, א סוויטע פון איבער הונדערט חסידים פון ארץ ישראל, וואס ערלויבן זיך נישט צו פארפאסן אזא געהויבענע און פרייליכע שמחה במעון הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.


דער רבי איז ערווארטעט צו לאנדען אין ניו יארק דעם קומענדיגן זונטאג פרשת עקב, די אכסניא דורכאויס די וואך וועט זיין אין שטוב פון הנגיד ר' משה יונגער אין די עירמאונט געגנט נעבן מאנסי, וואו די גאנצע שטוב וועט פארוואנדלט ווערן אין א בית וועד לחכמים, און אין די זעלבע צייט וועט דער רבי האבן א רואיג ארט וואו צו וויילן דורכאויס די ימי השמחה מיט א ריכטיגע הרחבת הדעת.


מיטוואך חמשה עשר באב וועט דער רבי שליט"א באשיינען על ראש שמחתו, ביי די גרויסע חתונה וואס וועט געפראוועט ווערן אינעם גרויסן שאטער אין סקווירא שטעטל. דאנערשטאג וועט פארקומען די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהילת ומוסדות קרעטשניף בארץ הקודש, קאמבאנירט מיט א רייכע עלעגאנטע דינער לטובת די מוסדות, מיט די באטייליגונג פון פילצאליגע תומכים נכבדים קרואי מועד. די מעמד וועט געפראוועט ווערן אין די פראכטפולע וויזניצע זאל אין מאנסי.


שבת קודש וועט דער רבי שליט"א זיין צוגאסט אין סקווירא שטעטל לכבוד די שבת של שמחה שבת שבע ברכות בחצר הקודש, מטעם די וועד הכנסת אורחים אין שיכון סקווירא איז געמאלדן געווארן אז סיי ווער עס האט די מעגליכקייט אריינצונעמען געסט זאל זיך קומען מעלדן וואס שנעלער, צו קענען מסדר זיין די פילע געסט מעבר לים מיט פאסיגע אכסניות בעוד מועד.


נאכפאלגענדיג די געהויבענע ימי השמחה, וועט דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פארבלייבן אין ניו יארק פאר נאך צוויי וואכן אויף מנוחת הנפש, און דערנאך וועט דער רבי זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל לקראת די ימי הרחמים והרצון הממשמשים ובאים.

Comments


bottom of page