top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות ביי חסידי ויז'ניץ אומעטום כהכנה צום היסטארישן חגיגת הכנסת ספר תורה דורך כללות חסידי וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' במדבר - כ"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות


אשרי קהל הקודש רוגשים בשמחת התורה


געפילן פון התרגשות והתעלות נעמט ארום כלל חסידי ויזניץ די בכל אתר ואתר, זיך גרייטענדיג צום גרויסארטיגן און היסטארישן מעמד הכנסת ספר תורה, מעמד האדיר חדוותא דילי, ווען גאנץ בית וויזניץ בשותפות אינאיינעם שרייבן א ספר תורה מהודר לזכרו הטהור פון מאורם ורבם, הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, על פי בקשתו והנצחתו פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א רועה נאמן לקהל עדתו בארץ ובגולה.


די פיבערהאפטיגע הכנות זענען אין פולן שוואונג, שטייענדיג בלויז צען טעג איידער די היסטארישע מעמד, די עסקנים ארבעטן רונדע דעם זייגער אויסצוארבעטן די פונקטליכע דעטאלן על צד היותר טוב, און אין די זעלבע צייט טוען פילע חסידים זיך נאך איינשרייבן צו האבן א חלק אינעם היסטארישן ספר התורה און זיין א טייל פון כללות בית וויזניץ.


ווי ברייט באקאנט האט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א פראקלאמירט דעם היסטארישן געדאנק מיט איבער א יאר צוריק, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכות וואס וועט זיין אויב אלע וויזניצע חסידים וועלן אינאיינעם שרייבן א ספר תורה לזכר נשמתו הטהורה פונעם אומפארגעסליכן רבי'ן הרה"ק בעל ישועות משה, דער רבי האט באאויפטראגט די חשובע עסקנים און רבנים פון "מכון אור פני משה" וועלכע גיבן זיך אפ בהפצת תורתו הקדושה פונעם ישועות משה, זיי זאלן אנפירן מיט דעם פראיעקט, און מוציא זיין מכח אל הפועל די כתיבת ספר תורה דורך כלל חסידי וויזניץ.


אין די לעצטע יאר צייט האבן טויזענטער חסידים זיך אנגעשלאסן אינעם פראיעקט לויטן רבי'נס בקשה, מ'האט געקויפט זכותים אין די ספר תורה, יעדער איינער לפי דרגתו ולפי כבודו, צו א פסוק, א עמוד, א פרשה, אדער א גרעסערע זכות. אצינד האלט מען שוין נענטער ווי ווייטער צום היסטארישן טאג, די יום המסוגל ח' סיון אסרו חג שבועות חג מתן תורתינו, זונטאג פרשת בהעלותך בארץ הקודש, ווען עס וועט געפייערט ווערן די היסטארישע חגיגה בתוככי קרית מלך רב שיכון ויזניץ בני ברק.


די היסטארישע מעמד וועט איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים לבית וויזניץ, און פון איבער די גאנצע וועלט טוען וויזניצע חסידים זיך גרייטן אויף די גרויסע נסיעה צו מיטהאלטן דעם היסטארישן מעמד. הונדערטער געסט זענען ערווארטעט פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב שבועות בצל הקודש, נאכפאלגענדיג מיט די היסטארישע מעמד הכנסת ספר תורה, די וועד הכנסת אורחים ויזניץ ארבעט רונדע דעם זייגער צוצושטעלן גענוג אכסניות פאר די טויזענטער געסט, סיי פון חוץ לארץ און סיי פון די אנדערע שטעט אין ארץ ישראל, די צען בניני המוסדות אין שיכון ויזניץ בני ברק ווערן איינגערישט צו קענען אנטפאנגען די טויזענטער געסט מיט אש"ל מלא, סיי צו שלאפן אויף א באקוועמע פארנעם, און סיי מיט די יום טוב סעודות כיד המלך.


קרית ויזניץ בני ברק איז אין די טעג פושט צורה ולובש צורה, הערליכע פלאקאטן און לעקטער'ס ווערן באהאנגען איבער די גאנצע האריזאנט, ארויפצוברענגען די געוואלדיגע שמחה ביז אין די העכסטע ספערן. די בנין בית המדרש הגדול בית ויזניץ ווערט איינגערישט מיט אלע באדערפענישן צו קענען אנטפאנגען אזא ריזן ציבור בליעה"ר, אלע פליגלען פון בית המדרש וועלן צוגעגרייט ווערן פארן ברייטן ציבור דורכאויס די גאנצע מעמד, און א באזונדערע פראגראם וועט ווערן צוגעשטעלט פאר די ילדי תשב"ר און די עזרת נשים, שאף הן באותו מצוה קדישא פון כתיבת ספר תורה.


די מעמד סיום כתיבת ספר תורה וועט געפייערט ווערן בקול רנה ותודה והמון חוגג ביים גרויסארטיגן נעילת החג טיש בצאת השבת וחג קבלת התורה, די טיש וועט באגלייט ווערן מיט לעבעדיגע מוזיק און פרייליכע טענץ לכבוד המאורע, וואס וועט שליסן דעם געהויבענעם יום טוב מיט פילע קעשענעס אוצרות מלאות כל טוב.


א רייע ספרי קודש און קונטרסים זענען ערשינען אין די טעג דורך "מכון אור פני משה" ארום דעם גרויסן מעמד, אזוי אויך טוען די עסקנים ארומגיין אין די יעצטיגע טעג צו אלע וויזניצע קהילות איבער ארץ ישראל, וואו עס ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר די שותפים בתורה הקדושה אריינצושרייבן אן אות אינעם ספר תורה. ספעציעל קומען פאר אייגענארטיגע מעמדי כתיבת ספר תורה אין די תלמודי התורה דחסידי ויזניץ, בהוראת הקודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א.


חסידי ויזניץ הכונו הכונו, הנה ימים באים, די פונקטליכע פרטים פון די היסטארישע מעמד זעלבסט וועט בעז"ה נאכפאלגן.

Comments


bottom of page