פרייטאג פ' במדבר - כ"ח אייר תשפ"ג | קול בחצרות
וויז'ניצער חסידים אין ירושלים גרייטן זיך בהתרוממות הנפש מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ ירושלים שליט''א.
דער רבי שליט"א וועלכער וואוינט אין בארא פארק, איז נעתר געווארן לבקשת אנשי שלומו חסידי וויז'ניץ בארץ הקודש, צו קומען פראווענען זמן מתן תורתינו יו''ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו.
לויטן פלאן וועט די רבי שוין אנקומען קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן מאנטיג ב' סיוון ביומא דהילולא רבא פון זקינו הרה''ק בעל 'אהבת ישראל' מוויז'ניץ זי''ע, אין די נאכמיטאג שעהן וועט די רבי פוקד זיין דעם ציון הק' אויפן וויזניצער בית החיים אין בני ברק אין שפעטער פארנאככטס אפרעכטן דעם שוה''ט וסעודת הילולא בבית מדרשו אויף רחוב אדוניהו הכהן.
אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות לקראת די געהויבענע יום טוב, די וועד האש"ל גיבט זיך אפ אהערצושטעלן אכסניות אין אש"ל מלא פאר די הונדערטער געסט פון אלע מקומות וואס זענען ערווארטעט עולה רגל צו זיין קיין ירושלים מיטצוהאלטן דעם יום טוב בצל הקודש.
Comments