דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
א שיינע מסיבת שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן דעם ליל שישי אין די זאלן בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א, לכבוד די חתונה פון אן אייניקל ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א. דער רב שליט"א האט מפאר געוועהן בראש השמחה מלובש בבגדי שבת צו דער זייט פון בנו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א און די אייניקלעך. דורכאויס די שמחה האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די בעלזא און וויזניצע קאפעליעס און דער רב האט געהייסן זינגען עטליכע ניגוני בית וויז'ניץ. מען האט אריינגעברעגנט מזונות און פירות און דער בעלזער רב האט פארטיילט פירות פאר די חתן מחותנים און קרובי המשפחה. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה.
נאכן מסיבת שבע ברכות איז דער וויזניצער רבי שליט"א אריין אויף א קורצע באזוך ביים שוואגער דער בעלזא רב שליט"א און זיך ווארעם באדאנקט אויף די שיינע שבע ברכות, דער רב שליט"א האט געשאנקן דרשה געשאנק פארן חתן, און עס זענען פארבליבן בקודש פנימה, די קינדער פון וויזניצער רבי הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א, הרה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ און הרה"צ ר' ברוך האגער.
Hozzászólások