מיטוואך פ' כי תצא - ו' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
צהלי ורוני יושבת ציון!
מיט איבערגיסענדע רגשי הלב האבן חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארצינו הקדושה אויפגענומען די בשורה מרנינה וואס איז נארוואס געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אז די רבי שליט''א גרייט זיך אונטערצונעמען א קורצע מסע קודש קיין ארץ ישראל, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון אביו הרה''ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זיע''א נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו צען יאהר זינט דאס לעצטע מאל וואס די רבי האט באזוכט אין ארץ ישראל.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט די רבי פארלאזן ניו יארק דעם קומענדיגן אנהייב וואך אין זיין צוריק נאך בעפאר שבת. דורכאויס די קארגע וואך וואס די רבי שליט''א וועט זיך אויפהאלטן אין ארץ ישראל וועלן געפראוועט ווערן א רייע מעמדי קודש אינערהאלב די קהילות קדושות דחסידי צאנז קלויזנבורג אין אזוי אויך וועט זיין א ספצעליער געלעגנהייט פאר די חסידים תושבי ארץ הקודש אריינצוגיין בפתקי דרחמי' לקראת די ימי הרחמים והרצון.
צום סאמע שפיץ פונעם ביקור המרומם וועט פארקומען די מעמד עלייה לציון וואו די רבי שליט''א וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון אביו הרה''ק בעל 'שפע חיים' זי''ע אין נתניה בראש קהל חסידיו אין מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאהר.
א שטאב פון געטרייע עסקנים זענען אין די טעג פארנומען מיט די צוגרייטונגען אהערצושטעלן דעם געהויבענעם באזוך אויפן שענסטן, און אויסצוארבעטן אלע פלענער על צד היותר טוב.
חסידי צאנז קלויזנבורג גרייטן זיך בהכנה דרבה מיטצולעבן די געהויבענע ימי אורה - היסטארישע טעג וואס מען קוקט שוין ארויס לאנגע יארן אין וועט איבערלאזן הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה.
Comentarios