top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פסק הלכה פון כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג בעל עמק התשובה



שטייענדיג סוף חודש ניסן ווען מנהג ישראל תורה מקיים צו זיין ברכת האילנות, זענען געוויסע עסקנים אויפגעקומען מיט א געדאנק ארויפצושטעלן א בוים אויף א טראק וואס וועט ארומפארן די היימישע געגענטער און מזכה זיין יודן מיט די ברכה אין די צייט וואס עס איז בעסער זיך נישט צו דרייען אויף די גאסן. ווען מ'האט אנגעפרעגט ביי כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א אויב דאס איז אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, האט דער רב שליט"א געפסקענ'ט אז ניין, וויבאלד מ'קען נאר מאכן א ברכה אויף א בוים וואס איז יונק פון די קרקע, און א בוים וואס געפונט זיך אויף א טראק איז א ברכה לבטלה. 


Comentarios


bottom of page