דינסטאג פ' ואתחנן - ז' אב תשפ"ג | קול בחצרות
די שטאט בישטינא אין אוקריינע ווירבעלט אין די יעצטיגע טעג מיט א מאסן שטראם פון שווערע הונדערטער יודן וועלכע קומען פוקד זיין דעם ציון קודש הקדשים פונעם צדיק הדורות און פועל ישועות הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע, ווי אידן זעהן אפענע ישועות און בפרט אין די ניין טעג פון ראש חודש אב ביז תשעה באב, ווי דער הייליגער צדיק אליין האט זיך אויסגעדרוקט בחיים חיותו: "די שווערע קוויטלעך זאל מען ברענגען צו מיר אין די ניין טעג".
עס איז איבעריג ארויסצוברענגען די קדושה און צדקות פונעם הייליגן צדיק הרה"ק ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע וועלכע איז נערץ ונקדש בכל תפוצות ישראל און ביי אלע צדיקי הדורות, זייענדיג א יחיד לדורו ולדורות מיט זיין הייליגע עבודה און הונדערטע יודן האבן זיך געקלאמערט על פתחו און נהנה געווען עצה ותושיה. נאך זיין הסתלקות איז זיין ציון הק' פארוואנדעלט געווארן אלס אבן שואבת פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן געשטראמט צו זיין הייליגן ציון אין שטאט בישטינא להיפקד בדבר ישועה ורחמים און אידן האבן געזען אפענע מופתים דורכאויס אלע יארן. נאך די ביטערע קריג איז דער ציון הק' געווען אין א נאכגעלאזטע צושטאנד ביז שנת תשס"ד, ווען א גרופע עסקנים חסידי נדבורנה האבן זיך אריינגעווארפן און גענומען אויף זיך דעם שווערן עול לנצח על מלאכת בית ד', און האבן אויפגעשטעלט א גרויסע בנין 'הכנסת אורחים ד'בישטינא' וועלכע נעמט אריין אין זיך א היכל בית מדרש און א שיינע מקוה טהרה, אין צוגאב צום 'הכנסת אורחים' אפאראט ווי עס ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא כיד המלך כרצונו בקודש אז 'יאכלו ענווים וישבעו'. אזוי אויך האט מען רענאווירט דעם אוהל הק' און די מציבה הקדושה כיאה להאי צדיק וקדוש רחימא דיהודאי.
זינט דאן שטראמען חסידים ואנשי מעשה צום ציון הק' דורכאויס די גאנצע יאר און בפרט אין די ניין טעג, און עס איז געווען א דבר פשוט ביי אלע אייניקלעך צדיקי בית נדבורנא אין קרעטשניף, אז אין די ניין טעג פארט מען קיין בישטינא און מ'פועלט אויס גרויסע ישועות. אין די לעצטערע יארן זעהט זיך טאקע אן א מאסן שטראם פון שווערע הונדערטע יודן וועלכע באלאגערן דעם ציון הק' רונדע דעם זייגער, ובראשם זעען זיך אן די חשובע אייניקלעך כ"ק האדמורי"ם שליט"א.
כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א איז פאריגע אנגעקומען קיין בישטינא ווי די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק', אויך כ''ק האדמו''ר מנדבורנה ביתר האט דער וואך פוקד געוועהן דעם ציון הק' לקראת די חתונה פון א קינד, כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף סיגעט שליט''א האט ווי יאהר יערליך אונטערגענימען א נסיעה קיין בישטינא אין די ניין טעג בראש קהל חסידיו, אין דורכאויס די לעצטע טעג האבן זיך אנגעזעהן ביים ציון הק', כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף ירושלים שליט''א אין חתנו כ''ק האדמו''ר מפיטסבורג שליט''א, האדמורי''ם מסטאניסלאוו ביתר, טרעבישאן, מעזיבוז אין נאך פיל. אויף שבת האט געוויילט אינעם בנין הכנסת אורחים כ''ק האדמו''ר מביטשקוב שליט''א אינאיינעם מיט א גראפע חסידים.
Comentarios