דינסטאג פ' ואתחנן - תשעה באב • ט' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
נאך עטליכע אנגעצויגענע טעג וואס דער מצב ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א איז ליידער נישט געגאנגען צום בעסערונג האבן די דאקטוירים באשלאסן ארויפצולייגן דעם רבי'ן שליט"א אויף א רעספערעיטאר אויף די קומענדיגע תקופה, מיטן האפענונג צו קענען ארויפלייגן דעם רבי'ן אויף א טרעיק אין די נאנטע טעג, וואס וועט בעזהשי"ת פארמיידן פרישע אינפעקציע'ס און פארגרינגערן דעם אטעם, די דאקטורים זאגן אז עס מוז זיין א שנוי לטובה אין די קומענדיגע טעג, און אז נאר תפילות ישראל קען העלפן. אידן זענען ווייטער מרבה בתפלה און הערן נישט אויף מתפלל צו זיין פאר די גאנצע רפואה פון מרן רבי ישעי' יעקב בן ריזל שיתחדש כנשר נעוריו בברית גופא ונהורא מעליא עד ביאת הגואל.
די ידיעה אז דער סקולענער רבי שליט"א איז געווארן ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטאר, האט ביי יעדן ארויסגעברענגט א טיפן זארג, און תיכף האבן אידן זיך גענומען צום תהלימ'ל, זייענדיג מעתיר ומפציר בתפלה לרפואתו השלימה פון רבי'ן שליט"א. אין די סקולענער בתי מדרשים האבן זיך גלייך געשטעלט משמורות תהלים, וואו מען האט מיט גרויס התעוררות אויסגעזאגט גאנץ תהלים, האפענדיג צו קענען שוין בקרוב הערן די בשורה טובה אז דער רבי שליט"א איז שוין באפרייט פון שפיטאל מתוך בריאת השלימות.
Comments