זונטאג ערב יום הקודש • ט' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
חסידי תולדות אברהם יצחק האבן דעם יו"ט אריינגעטראטן אינעם נייעם איבערגעבויטן היכל ביהמ"ד הגדול, מיט א געוואלדיגע התחדשות צום נייעם יאהר. טראץ די פרישע הונדערטער זיץ פלעצער און הויך שטאקיגע פארענטשעס וואס איז צוגעלייגט געווארן אינעם נייעם היכל הבית מדרש און צוגאב צו די צוויי נייע גאלריען פאר בחורים און יונגעלייט, איז דאס ביהמ"ד נאך אלס געווען צר מלהכיל צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן אין אומערווארטעטע ציבור וואס איז געקומען צופארן מיטצוהאלטן דעם יו"ט בצילא דמהימנותא, בפרט נאך אזעלעכע שווערע וואכן וואס די רבי שליט"א איז נישט געוועהן בקו הבריאות.
צוליב די געדרענג אין ביהמ"ד זענען די ילדי חמד פלאצירט געווארן אינעם צייטווייליגע ביהמ"ד וואס איז אויפגעבויעט געווארן אין די צייט פונעם בוי ארבעט ביים ביהמ''ד הגדול והחדש.
Comments