מוצאי שבת פ' לך לך • י"ג חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר, איציק ו.
שווערע טויזענטער אידן האבן דעם ערב שבת אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פאר אחד מזקני ראשי הישיבות בדורנו הגאון האדיר רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק''ל ראש ישיבת עטרת ישראל, וועלכער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין טיפן עלטער פון פינעף אין ניינציג יאהר, איבערלאזנדיג טויזענטער תלמידים כצאן בלי רועה, אן קיין איש על העדה אשר יצא לפניהם ואשר יביאם, שאפנדיג א אומגעהויערע בראך און טרויער איבער די גאנצע עולם התורה.
צוליב דער מנהג ירושלים נישט צו לאזן נעכטיגן א נפטר איז די מיטה פונעם ראש ישיבה אנגעקומען דאנערשטאג אווענט להיכל ישיבתו הקדושה 'עטרת ישראל' אין מודיעין עילית, צווישן די פיר ווענט וואו דער ראש ישיבה האט מרביץ תורה געווען און פארגעלערנט שיעורים די לעצטע פינעף יאהר זינט די ישיבה האט זיך אריבערגעצויגן קיין מודיעין עילית. עס האבן זיך פארזאלמט הונדערטער תלמידים, יוצאי הישיבה אין פילע בני תורה תושבי המקום וועלכע זענען געקומען באגלייטן דעם זקן ויושב בישיבה למנוחה נכונה.
עס האבן אויפגעטראטן מיט דברי הספד וזיכרון דער מרא דאתרא הגאון רבי מאיר קעסלער רב פון שטאט מודיעין עילית, הגאון רבי חיים פיינשטיין ראש ישיבת עטרת שלמה אין די רבני וראשי הישיבה. אין לויף פון די נאכט האבן די תלמידי הישיבה געזאגט תהילים ארום די מיטה אין זיך געזעגענט מיט גרויס בכיות.
צופרי איז די מיטה אנגעקומען קיין ירושלים אין אנגעהויבן פון ארום 9:00 האבן טויזנטער אידן געשטראמט צום בית וגן געגענט אין ירושלים, ביז א קורצע צייט זענען די גאסן ארום דעם ראש ישיבה'ס שטוב אויף רח' קאסוטו געוועהן שווארץ פון די מאסן באטייליגטע. אנהייב פונעם לוי' האבן די עסקנים אויסגערופן אז אין פאל די אלארם איבער פליענדע ראקעטן ווערן געהערט זאל מען זיך אראפלייגן אויף דער ערד, אויסער די וואס געפינען זיך אין די בנינים.
געעפענט די הספדים האט הגאון רבי יצחק לוקסנבורג מרבני מודיעין עילית אין משגיח ישיבת 'עטרת ישראל' וואס האט פארגעליינט די צוואה פונעם ראש ישיבה אין מכתיר געוועהן בנו יחידו הגאון רבי בנציון אזרחי אלס ממלא מקומו צו שטיין אין שפיץ פון די ישיבה קדושה 'עטרת ישראל' אין מודיעין עילית. דערנאך האט דער זוהן הגאון רבי בנציון אזרחי מספיד געוועהן אין מיט בענקענדיגע ווערטער זיך געזעגנט פון זיין אומפארגעסליכן פאטער די ראש ישיבה, בסיום דבריו האט ער זיך באדאנקט פאר האברך החשוב ר' יעקב גראסבארד וואס האט זוכה געוועהן משמש צו זיין דעם ראש ישיבה די לעצטע קרוב צו צוואנציג יאהר אין בפרט די לעצטע חדשים בשעת די שווערע תקופה אין שפיטאל האט ער זיך נישט אוועקגערירט פונעם ראש ישיבה.
נאך די הספד פונעם ברודער הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר האט מען אויפגערופן מרן ראש הישיבה הגאון האדיר ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער האט באוויינט די שווערע אבידה און ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן איבער די תורה ועבודה פונעם ראש הישיבה. זיין קשר מיט רבי ברוך מרדכי נאך אלס בחור אין די חברון'ער ישיבה, זיין התמדת התורה, זיין הרבצת התורה, און הפלא'דיגע מידות בין אדם לחבירו וואס האט יעדן אינספירירט.
דערנאך האט מספיד געווען ידידו ורעו מרן ראש ישיבת פונוביז הגאון ר' ברוך דוב פוברסקי, וועלכער האט אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין זאגענדיג צר לי עליך אחי, 70 יאהר זענען מיר געוועהן אינאיינעם, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד. נאכדעם האבן אויפגעטרעטן מיט דברי הספד די בני המשפחה, דער איידימער הגאון רבי אריאל ווילנסקי ראש ישיבת 'אש התלמוד' אין הר נוף, הגאון רבי יהושע קאנאל משגיח ישיבת 'עטרת ישראל' לצעירים, הגאון רבי ישעיהו הדר גלאזמאן ר"מ בישיבת עטרת ישראל, הגאון רבי אהרן וויינער ראש ישיבת חכמת שלמה בית וגן, אין נכדו הגדול הגאון רבי חיים לייב אזרחי ר"מ ישיבת 'עטרת ישראל'.
נאך די הספדים האבן בלויז א באשטימטער צאל מלווים צווישן זיי נאנטע תלמידים אין קרובי המשפחה באגלייט די מיטה צום הר הזיתים, צוליב די אנגעצויגענעם מצב אין ארץ ישראל אין אויפן פארלאנג פון די פאליציי האט מען געפירט די מיטה אינעם קאר ביז צום הר הזיתים. כחצות היום בפניא דמעלי שבתא איז די ראש ישיבה געברענגט געווארן למנוחת עולמים אויפן חלקת הנביאים נעבן זיין רעבעצען ע''ה.
Comments