דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: בחדרי חרדים
ברוך דיין האמת אבד חסיד מן הארץ
אין בני ברק איז היינט נפטר געווארן הרה"ח המרומם ר' יהושע העללער ז"ל זקן חסידי באבוב בארץ הקודש ומראשי קהילת באבוב אין בני ברק אין עלטער פון הונדערט יאהר.
זייענדיג כל ימי חייו עוסק בצרכי ציבור באמונה ורודף צדקה וחסד במלוא מובן המילה, האט ר' יהושע זוכה געווען אויפצובויען מוסדות התורה והיראה ובפרט בעיר ואם בישראל בני ברק, ער איז געווען א פייערדיגער באבוב'ער חסיד, אין געוועהן דבוק בלב ונפש צו הרה"ק בעל 'דברי שלמה מבאבוב' זי"ע אין יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א צו וועם ער איז אלע יאהרן געשטאנען לימינם אויפצובויען מוסדות באבוב בארה"ק, בשנת תשכ"א האט ער געגרינדעט די ערשטע שטיבל דחסידי באבוב אין בני ברק און איז געווען פטרון פון די כולל אברכים, אויך האט ער געדינט אלס שליח ציבור ימים הנוראים פאר העכער א יובל יארן.
ר' יהושע איז געוועהן גאר נאנט מיטן פונוביז'ער רב זצוק''ל און ארויסגעהאלפן אויפבויען די בארימטער פונוביז'ער ישיבה, אזוי אויך האט ער געדינט לעצטע פופציג יאהר אלס גזבר כולל חיבת ירושלים לצדקת רמבעה"נ, ער איז אויך געווען פון די מייסדים פון די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק. זייענדיג פון די טובי הקהל איז ער אויסגעוועלט געווארן מכתיר צו זיין הגאון ר' משה יהודה לייב לנדא אלס גאב"ד בני ברק, ר' יהושע איז כל ימיו געשטאנען צו די רעכטע האנט פון די רבני העיר בני ברק אין אלע ענינים אריינגערעכנט שמירת קדושת השבת, כשרות שמיטה וכדומה.
ער האט זוכה געווען צו דינען אלס בעל אכסניא פון הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצ''ל אין בני ברק, אין אויך כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א פלעג שטענדיג ארויפקומען באזוכן ר' יהושע ביי זיינע באזוכן אין ארץ ישראל זייענדיג דער בריח התיכון פון קהילות און מוסדות דחסידי באבוב בארה''ק, ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט א צאל אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א אין נאך, 'זכה לראות עולמו בחייו' ווען בנו יחידו הגאון ר' מיכאל העללער שליט''א איז אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבת עץ חיים ד'באבוב אין בני ברק.
די לוויה איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג פון די באבובער שטיבל אויף רחוב חזון איש אין בני ברק, און דערנאך ביי ישיבת עץ חיים ד'באבוב אין בני ברק, ער איז געקומען לקבורה אויפן פונוביז'ער בית החיים אין בני ברק.
יהא זכרו ברוך
Comments