top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפאפא וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך קיין קאנאדע לרגל שמחת החתונה בבית טאהש - טעטש

מאנטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


בהדרת קודש און מיט גרויס פרייד האבן תלמידי וחסידי פאפא תושבי עיר מאנטריאל קאנאדע אויפגענימען די בשורה מרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועט אי"ה מופיע זיין בהדרו דעם דאנערשטאג ראש חודש שבט בשערי העיר, אויף א קורצע בליץ באזוך, בא יבוא ברינה מאציל צו זיין מהודו והדרו אויף קהל חסידיו ותושבי העיר.

די רבי שליט"א קומט צו פארן קיין קאנאדע צו באשיינען די גרויסע שמחת החתונה בחצר הקודש טאהש די חתן א אייניקל פון גיסו הגה"צ רבי אליעזר דוד גרינוואלד שליט"א אב"ד טעטש וויליאמסבורג בן לבנו הרה"ג ר' מאיר גרינוואלד ר"מ בישיבת קהילת יעקב פאפא מיט די כלה די יונגסטע קינד פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וואס וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן דאנערשטאג אין קרית טאהש.

די רבי שליט"א וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר עהרנפעלד אין קרית טאהש, אין אויפדערנאכט צווישן די חופה און די סעודת החתונה וועט די רבי שליט"א דאווענען תפילת מעריב בבית האכסניא נאכגעפאלגט מיטן מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל יום ההצלה פון אביו כ"ק אדמו"ר בעל 'ויחי יוסף' מפאפא זי''ע, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ואוהדים.

שפעטער אויפדערנאכט באלד נאך די שמחת החתונה וועט די רבי שליט"א זיך צוריקקערן אהיים למעון קדשו אין וויליאמסבורג.



Comments


bottom of page