דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות
ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער איז יעצט אויפדערנאכט אין ארץ ישראל אויפגענימען געווארן די בשורה איבער די פטירה פון האי נפש נקי וצדיק הרב עזריאל בערגמאן ז"ל, בנו הגדול פון יבלחט''א הגאון הגדול רבי מאיר צבי ברגמן שליט"א ראש ישיבת הרשב''י זייענדיג אלט 70 יאהר.
די ראש ישיבה וואס האט מיט א קורצע צייט צוריק געלאנדעט אין ניו יארק צו באשיינען אלס אורח הכבוד ביים מעמד אדירי התורה איז ביים אנקומען קיין לעיקוואד אינפארמירט געווארן איבער די שרעקליכע בשורה, דער ראש ישיבה האט אויסגעבראכן אין א געוויין אין געזאגט די ברכה פון דיין האמת אין דערנאך געריסן קריעה כדין.
אויפן ראט פון די דאקטוירים וועט דער ראש ישיבה זיך נישט אומקערן קיין ארץ ישראל צוליב זיין שוואכן געזינט צושטאנד אין וועט זיצן שבעה אין די אכסניא אין לעיקוואד.
יעצט נאכמיטאג איז אריבער געקומען צום אכסניא, הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ''ד גבוה וועלכע האט מנחם אבל געוועהן דעם ראש ישיבה מיט טרעפליכע דברי חיזוק ונחמה.
די לוי' גייט ארויס היינט 10:30 אויפדערנאכט פון ישיבת הרשב"י אין בני ברק צום בית החיים אין שטאט אלעד.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
אינעם ווידיאו: דער ראש הישיבה ביים רייסן קריעה נאכן הערן די שווערע בשורה.
הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ''ד גבוה ביים מנחם אבל זיין דער ראש הישיבה בבית אכסניא אין לעיקוואד.
Commentaires