top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית צדיקים יעמוד: היסטארישע מעמד הכתרה בחצר הקודש סקולען | ברייטע דעקונג

דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער - jdn

 

בית צדיקים יעמוד! גאר א היסטארישער מעמד האט זיך אפגעשפילט דעם זונטאג אין בארא פארק ווען פילע הונדערטער אידן חסידי ומעריצי בית סקולען זקנים עם נערים האבן זיך פארזאמלט בהמוניהם אינעם סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, וואו מען האט אינאיינעם זיך מחזק געווען נאכ'ן שווערן בראך מיט די פטירה פונעם סקולענער רבי'ן זצ"ל, ובאותו מעמד האט מען אויפגענומען די 2 בניו חביביו פון רבי'ן זצ"ל כ"ק אדמו"ר ר' אהרן מאיר שליט"א און כ"ק אדמו"ר ר' אליעזר זוסיא שליט"א אנצוגיין ווייטער מיט די הייליגע המשכה מבית אבותם און משמש זיין באדמורו"ת לבית סקולען.


נאך בעפאר די באשטימטע שעה האט שוין דער ציבור אנגעהויבן צו שטראמען צום ביהמ"ד, וועלכער איז ביז א קורצע צייט געווארן מלא וגדוש על כל גדותיו פון פילע אידן וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם הייליגן מעמד פון בית צדיקים יעמוד, ביי די טישן זענען געזעצן די זקני וחשובי העדה און די פילע בני משפחת המלוכה, בשעת ארום און ארום זענען געשטאנען צונויפגעשטופט הונדערטער אינגעלייט און בחורים וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן די זעלטענע מאמענטן.


א מחזה הוד איז געווען צו באטראכטן דעם הערליכן אויבנאן, וואס איז באשיינט געווארן דורך די געהויבענע פעטערס פון די נייע אדמורי"ם שליט"א, הלא המה כ"ק מרנן האחים האדמורי"ם מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג, מאנסי, און לעיקוואד, הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, און הגה"צ ר' שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא חותן המלך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכער איז אויך א פעטער זייענדיג א שוואגער פונעם רבי'ן זצ"ל און נאך חשוב'ע רבנים ופארי המשפחה, אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן די חשוב'ע איידעמער פון רבי'ן זצ"ל.


נאנט צו עלף אזייגער ביינאכט האט זיך אנגעהויבן דער מעמד ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר מסקולען-לינדען זענען אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און האבן זיך געזעצט אין צענטער פונעם אויבנאן, דער רבי שליט"א האט דאן מכבד געווען ש"ב הרה"ג ר' אשר פריעדמאן שליט"א אנצוהייבן עטליכע ניגוני דביקות לבית סקולען, וואס דער גאנצער ציבור האט מיטגעזינגען מיט גרויס התעוררות און נאסטאלגיע ווען ביי יעדן איז ארויפגעשווימען אין זכרון די לעכטיגע טעג בהלו נרו של רבינו זצ"ל על ראשנו, און אין די זעלבע צייט מיט א בקשה אז די שלשלת הזהב זאל זיך ציען אויף ווייטער.


דער געטרייער לאנגיעריגער גבאי הביהמ"ד הרה"ח ר' ישראל מנחם קאהל הי"ו, וועלכער איז במשך דעם מעמד געווען עומד ומשמש ביי די אדמורי"ם שליט"א, האט צום ערשט מכבד געווען מיט דברי ברכה דעם געהויבענעם פעטער הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א חדב"ן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל, דער רב שליט"א האט מיט גאר אן ערנסטע שטימע ארויסגעברענגט דעם מצב וואו מען געפינט זיך יעצט אז מען האט ליידער פארלוירן דעם רבי'ן זצ"ל, און אין די זעלבע צייט דארף ווייטער אנגיין די המשכה ולא תהי' עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה.


דער וויטקער רב שליט"א האט דאן אויסגערופן אז ער איז מכתיר די צוויי חשוב'ע קינדער פון רבי'ן זצ"ל אלס מנהיגי העדה ממשיך צו זיין די אדמורו"ת לבית סקולען, בנו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי אהרן מאיר שליט"א וועט פירן ווייטער בבית מדרשו של אביו וואו זיין הייליגער טאטע דער מאור ישראל און זיין הייליגער זיידע דער נועם אליעזר האבן געפראוועט די עבודת הקודש לאנגע יארן, און דער צווייטער זוהן כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי אליעזר זוסיא שליט"א ווערט אויפגענומען אלס אדמו"ר מסקולען אין לינדען, וואוהין ער וועט זיך בקרוב אריבערציען אי"ה און מייסד זיין דעם שיינעם הויף, און האט צוגעלייגט אז אויף דערווייל ביז כ"ק אדמו"ר מסקולען- לינדען שליט"א וועט זיך אריבערציען למקום מושבו אין לינדען, וועלן ביידע ברידער פראווען אינאיינעם דא אין בית המדרש בשבת אחים גם יחד. דערנאך האט דער רב שליט"א מיט עטליכע ווערטער ארויסגעברענגט בשבחם פון די צוויי חשובע ברידער כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א זאגנדיג אז ביידע זענען ראוי לאותו איצטלא, און וועלן האבן דעם כח צו פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער און משפיע זיין ברוחניות ובגשמיות לנו ולכל ישראל.


דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער הגה"צ טאלמיטשער רב שליט"א עלטסטער איידעם פון רבי'ן זצ"ל, וועלכער האט ארומגערעדט עטליכע שטריכן פון הכרת הטוב וואס מען האט געזעהן ביים גרויסן שווער דער רבי, און האט דערנאך גערעדט בשבחם פון זיינע חשוב'ע שוואגערס האדמורי"ם שליט"א זאגנדיג אז די גרעסטע הכרת הטוב וואס מיר קענען ארויסווייזן פאר'ן רבי'ן זצ"ל איז דורכדעם וואס מען אנגיין ווייטער מיט די המשכה תחת דגלם והדרכתם פון בניו כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א.


דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן ברכת לחיים און דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכער האט אנגעוואונטשן אלע ברכות פאר'ן גאנצן צבור, און דאן האט כ"ק אדמו"ר מסקולען-לינדען שליט"א געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר'ן צבור.


נאכדעם האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער דער לאנגיעריגער משב"ק הגה"ח המקובל ר' משה חיים שטיינבערג שליט"א מרבני הקהלה, וועלכער האט גערופן דעם גאנצן צבור זיך צו האלטן בשלו' ובאחדות און דערביי ארויסגעברענגט דעם קשר אמיץ פונעם צבור חסידי סקולען מיט כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א שוין אזויפיל יאר. ביים ענדע האט אויפגעטרעטן הגה"צ ראש הכולל באבוב-לינדען שליט"א וועלכער האט בשם אלע רבני ותושבי עירו באגריסט דעם סקולען-לינדענער רבי שליט"א, זאגנדיג אז אלע תושבי לינדען קוקן שוין ארויס אויפ'ן געהויבענעם מאמענט ווען דער רבי וועט קומען לחון את פני העיר און אריינשיינען דעם סקולענעם אור פאר אלע תושבים.


דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבערגעגאנגען זיך אנוואונטשן ביי די אדמורי"ם שליט"א, ואף הם לעומתם ברוך יאמרו מיט א סבר פנים יפות צו יעדן איינעם, און דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געפילן אז די שלשלת הזהב וועט זיך ווייטער ציען אי"ה ביז משיח צדקנו.  




































Comments


bottom of page