דינסטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם
אלפי חסידי ויזניץ פארלאזן אצינד די ריזן היכל בית ויזניץ אין קרית ויזניץ בני ברק, נאכן מיטהאלטן די היסטארישע אסיפה כללית פאררופן פערזענליך דורכ'ן ויזניצער רבי'ן שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש פאר קהל חסידיו.
א שטיק צייט בעפאר די באשטימטע זייגער איז די בית המדרש שוין געווען איבערגעפולט מיט טויזענטער חסידים, פון נאנט און ווייט איז מען געקומען צו פארן לשמוע את דבר השם ברמה, און ארויסהעלפן דעם רבי'ן אויסצופירן משאת נפשו, עס האט זיך אנגעזעהן אידישע קינדער פון אלע שיכטן און קרייזן לאור קריאת הקודש פונעם רבי'ן, זקנים עם נערים אברכים און בעלי בתים.
ארום ניין אזייגער איז דער רבי ערשינען בשערי בית המדרש הגדול און ארויף אויפן ארון הקודש, דער רבי האט אנגעהויבן זיינע ווערטער איבער די שרעקליכע מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, די שרעקליכע צרות וואס באגלייט די אידן אין ארץ ישראל, און אז מען דארף זיך מחזק זיין אין יעדן פרט בתורה וביראה און גמילות חסדים.
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די שרעקליכע צער וואס די מלחמה ברענגט אן אויף אחינו בני ישראל, און אז מ'דארף מתפלל זיין פאר זייער וואוילזיין, און אינאיינעם זיך מחזק זיין בענין שלום און אחדות צווישן אלע שיכטן און קרייזן. דאן האט דער רבי פארגעזאגט א קאפיטל תהלים לישועת הכלל והפרט, און אויך דערמאנט דעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לרפואה שלימה.
דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בדברות קדשו איבער די היסטאריע פון הקמת בית ויזניץ בארץ הקודש, וויפיל מיה, פלאג, און הארעוואניע איז אריין אויפצושטעלן די קהילה און די מוסדות, ביז עטליכע יאר צוריק ווען דער רבי האט אונטערגענומען דעם מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם גיגאנטישן היכל בית המדרש הגדול והקדוש, זייענדיג א גאר וויכטיגע זאך פאר אלע אנשי שלומינו.
דער רבי האט ערווענט אז עס ליגט נאך אויף זיינע פלייצעס שווערע חובות פון פיר און צוואנציג מיליאן דאללער, און דאס געבט אים נישט קיין מנוחה טאג און נאכט, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ער האט שטארק נישט געוואלט בעטן געלט פונעם ציבור, אבער זעענדיג אז עס איז נישטא קיין אנדערע אויסוואל מוז ער מחייב זיין יעדן חסיד מיט פיר טויזענט שקל, און יעדער חסיד פון אויסלאנד מיט צוויי טויזענט דאללער.
צום שלוס האט דער רבי דערמאנט די שווערע אבידה מיט די פטירה פון הרב החסיד הישיש הנגיד ר' נפתלי טעסלער פון שיקאגא וועלכער האט אסאך צושטייער געגעבן דורכאויס די יארן, בפרט מיט די בנין הישיבה בנין טעסלער וואס ער האט מנדב געווען, און דערביי געבעטן די חסידים צו אנטייל נעמען ביי די לוויה מארגן מיטוואך אין שיכון ויזניץ בני ברק.
נאכן מעמד האט דער ציבור אנגעהויבן אדורכגיין ביים רבי'ן איבערצוגעבן די תרומות הקודש, פאר א לענגערע צייט איז דער רבי געזעסן און אפגענומען נדבת לבם פונעם ציבור, און ווארעם געוואונטשן יעדן פערזענליך במאור פנים.
Comments