top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביום המסוגל ערב ראש חודש: יום תפילה פאררופן דורך האד' מסאטמאר ובית דינו למען ביטול גזירת החינוך

דינסטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מטעם הנהלת קהל יטב לב אין וויליאמסבורג איז בפקודת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וחברי הבד"ץ, פארופען געווארן א יום תפלה למען ביטול גזירת החינוך וואס שוועבט אויף תושבי ניו יארק רבתי, למען ביטול רוע הגזירה און פאר די הצלחה פון די געטרייע עסקנים וועלכע גרייטן זיך צו די הירינג און סופרים קארט בעפאר יו"ט פורים, און אז מען זאל שוין פטור ווערן פון אלע מלשינות און רעגירונג פאדערונגען איבער אונזער הייליגסטע פיקדון די צאן קדשים. אזוי ווי די וואך דארנאשטאג פון די ימי השובבי"ם געפאלט אויס ר"ח שבט צוליב דעם איז עס נקבע געווארן אויף מארגן מיטוואך ער"ח אלס יום תפילה, ווי מען וועט אויסזאגן תהילים אין דערנאך יום כיפור קטן אין דערנאך מנחה וקריאת ויחל אין ביהמ''ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט, און אין אלע סאטמאר'ע צענטערן ברחבי ניו יארק.



bottom of page