מאנטאג פ' שמות • כ' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט חיפה בקרב חסידיו, איז נעכטן זינטאג נאכמיטאג אנגעקומען לבית מדרשו פון ש"ב כ"ק אדמו"ר משאץ וויז'ניץ שליט"א אין חיפה, ווי די רבי'ס האבן אינאיינעם געדאווענט מנחה, אין דערנאך פארברענגט א משך זמן בנועם שיח.
פריער אין טאג איז די וויזניצער רבי שליט"א ארויף אויף א באזוך אין שטוב פונעם פלאמעניק הרה"צ ר' ברוך האגער בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
Comments