דינסטאג פ' ויחי • י"ד טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל דריי אין איציק ו.
מיט גרויס שמחה דקדושה האבן הונדערטער אידן אין ירושלים, חסידי ואוהדי לעלוב ירושלים בפרט אנטיילגענומען ביים חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך כלל חסידי לעלוב ירושלים, ובראשם כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א, לזכר נשמתו הטהורה פון אביו הגדול הרה"ק מלעלוב ירושלים זצ"ל, ומחברתו הטהורה ע"ה, אין איז פייערליך אריינגעגעבן געווארן צום לעלובער בית מדרש אין די בית ישראל געגנט אין א רייע מעמדי קודש בקול רינה ותודה ובהמון חוגג, כראוי וכיאות לכבודה של תורה.
די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע טעג בעפאר, ביים מעמד סיום כתיבת האותיות וואס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן זצ"ל, ווי פילע חסידים ואנשי מעשה ידידי ואוהדי חצר הקודש זענען ארויפגעקומען אריינצושרייבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דאנערשטיג אויפדערנאכט ליל א' דחנוכה איז די רבי שליט"א ווידער אנגעקומען לבית אביו אין די בתי ווארשא געגענט און נאכן טרינקען לחיים האט די רבי ארויסגעפירט די ספר תורה צו די תהלוכה ברחובה של עיר בשעת די גאנצע גאס איז איבערגעפילט מיט חסידים וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת התורה, בשעת די רבי האט מעודד געווען די ריקודין און געטאנצן מיט פאקלען לכבוד התורה.
די ספר תורה איז געפירט געווארן להיכל הבית מדרש, איידער אריינפירן די ספר תורה לארון הקודש האט די רבי געהייסן זינגען די ניגון פון ראש שושילתא קדישא הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע אויף דעם זמר 'יצוה צור חסדו' און דערנאך פארגעזאגט 'לדוד מזמור' בנוסח ימים נוראים פסוק בפסוק כנהוג.
מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן דער סעודה לכבודה של תורה, אינאיינעם מיט די טיש לרגל די יארצייט פונעם באר מיים חיים, וואו עס האט אויפגעטראטן איינער פון די זקני החסידים וואס געהאט די זכיה צו לערנען בחברותא מיט'ן רבי'ן זצ"ל, אויך האט די רבי משמיע געווען דברות קדשו לכבוד המאורע, און זיך ווארעם באדאנקט לכל הקהל הקודש וואס האבן אנטייל גענימען בהוצאת הספר תורה, ביים מעמד האבן זיך באטייליגט האדמורים מראחמיסטריווקא, קאפטישניץ, זוועהיל, קאמרנא, פינסק קארלין, סטראפקוב,לעלוב בית שמש, לעלוב בראנוביץ, הגה"צ רבי משה טייטלבוים אב"ד סאטמאר ירושלים, הגה"צ רבי מתתיהו דייטש גאב"ד רמת שלמה, הגה"ח רבי דב בער רבינוביץ רב דחסידי באיאן ביתר, הרה"ג רבי יוסף זאב פיינשטיין ראש ישיבת עמלה של תורה, הרה"ג רבי טוביה שטערן גאב"ד מירון, הרה"ג רבי דוד צבי שנעעבאלג דומ"ץ ויזניץ ירושלים, הרה"ג רבי יהושע אשכנזי, הרה"ג רבי יוסף סופר און נאך פיל.
Comments