דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
שלומי אמוני ישראל פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו זשערסי גרייטן זיך מיט אַ התלהבות דקדושה צום געהויבענעם באזוך פון המשפיע המפורסם, מלהיב לבבות בני ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת "נחלת יעקב" וואס איז זיך מטריח בטירחא דגופא ואורחא און קומט צו פארן ממעון קדשו בהר ה' בירושלים אויפצוטרעטן פארן יהדות הגולה, להלהיב הלבבות להתקרב אל ה', און צום הויכפונקט פראווען א געהויבענע שבת בקרב חסידיו ומעריציו אין שטאט בארא פארק.
הגה"צ רבי צבי מאיר וועט זיך אי"ה ארויסלאזן די קומעדיגע מאנטיג אויפדערנאכט פון ארצינו הקדושה און וועט דינסטיג פארמיטאג מופיע זיין בהדרו על אדמת אמעריקא ווי ער וועט זיך אויפהאלטן די נאכפאלגנדע וואך לרגל א משפחה שמחה, דורכאויס די טעג פונעם באזוך וועט די משפיע שליט"א ארומפארן צווישן די שטעט שטעט ברחבי ניו יארק און ניו דזערסי און אויפטרעטן מיט פייערדיגע שמועסן, בשעה שהחכם והמשפיע עומד ודורש, אויפצופלאקערן די הערצער ולבב זרעינו לעבודתו יתברך שמו, מיט זיינע לעכטיגע דברי חיזוק, דברי הדרכה, דברי מוסר וחסידות, בדעת ובחכמה, וליראתו הטהורה.
ווי געזאגט איז די קלימאקס פונעם באזוך די גרויסן שבת קודש וואס מ'וועט אי"ה זוכה זיין מיטצולעבן בצל הגה"צ רבי צבי מאיר שליט"א אין די ריזן זאל פון די בעלזא תלמוד תורה אין עיר ואם בישראל בארא פארק ווי פילע יודן וועלן האבן די זכי' זיך מתחמם צו זיין לאורו, אין דעם יומא אריכתא פון התרוממות הנפש, און אלפים חסידים ואנשי מעשה, קוקן ארויס צו קענען מיטהאַלטן דעם יום קדוש היא מבואו ועד צאתו מיט די פלאם-פייערדיגע תפילות שב"ק, די געהויבענע לאנג-שעה'דיגע טישן מיט אזא התקרבות אלקים, די באטע באשמורת הבוקר בזמירות ותשבחות לה', די פלאקערדיגע לימוד התורה אלס הכנה צו התלהבות'דיגן נשמת כל חי, און אזוי ווייטער יעדער ריר פונעם שב"ק, אשר כל המתענגים בה יזכו לרוב שמחה.
בפרט די געהויבענע שלש סעודות בעת רעווא דרעווין צו וואס וועלן קומען צופארן פילע הונדערטער געסט תלמידים ומעריצים ושומעי לקחו, הצמאים לדבר ה', מכל מקומות מושבותיהם ברחבי אמעריקא, להתעדן באהבתיך וביראתיך.
留言