מיטוואך פ' לך לך • י' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: פיני ג.
נעכטן דינסטאג איז פארגעקומען א באשיידענעם מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע ביהמ"ד הגדול אין מחנה קהלת יעקב פאפא אין סוואן לעיק און איז באקרוינט געווארן מיט די פערזענדליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין יונגל קעמפ און האט זיך אומגעקוקט אויף די שטח הבני' אין באגלייטונג פון די עסקנים, דערנאך האט מען געזאגט די מזמורי תהילים וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי אן הנחת אבן הפינה, ווי אלס שליח ציבור האט געדינט דער מנהל הת"ת הרב שלום יוסף פרידמאן. דערנאך האט דער רבי געמאכט א תנאי אין זיך אויסגענימען אז דער מקום זאל נישט האבן קיין קדושת בית הכנסת מען זאל דארט קענען עסן אין זיך צוזאמקומען, און דאן געגאסן די אבן היסוד. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם ברודער הגה''צ רבי אהרן גרינוולאד דומ"ץ פאפא און די קינדער הגה"צ ר' מאיר און רבי פנחס חיים אב"ד פאפא מאנסי און די דייני הקהילה און מנהלי המחנות.
נאכן מעמד איז דער רבי צוגעפארן צום שכינת'דיגן קאנטרי 'תולעת יעקב' און איז ארויף צום שטוב פון הנגיד ר' לוי יצחק קריספלער - חבר הנהלת המחנות ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קדוש אין געשמועסט זכרונות מימי קדם פון די זוממער וואכן אין פאפא קעמפ און דאן פארטייילט א מתנה פאר אלע באטייליגטע, דער נייע הערליכע ספר 'בקודש פנימה' וועלכע ענהאלט שיחות ודברות קודש פון רבי'ן שליט''א פון די פארלאפענע יארן.
פארנאכטס איז דער רבי צוגעפארן קיין מאנסי און אויפגענומען די ארטיגע חסידים לעצה ולברכה. צווישן אנדערע איז אריין דער דיסטריקט עטורני פון ראקלענד קאונטי מקבל צו זיין ברכת קדשו אין בעפארברייטונג צו די וואהלן, אזוי אויך זענען אריין די חברי הוועד 'בקודש פנימה' וועלכע האבן ארויסגעגעבן דעם נייעם ספר, דער רבי האט באוואונדערט די שיינע ארבעט און מאציל געווען מברכת קדשו.
Comments