מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אויך די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי תולדות אהרן סיי די תלמידי הישיבה גדולה פון אלעד אין אזוי אויך די ישיבות קטנות פון בית שמש זענען על פי הוראת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים וואו די בחורים וועלן פארזעצן די סדרי הלימודים אין ליכט פון די שרעקליכע מאורעות אין ארץ ישראל.
די בחורים זענען פלאצירט אין די בניני המוסדות אין ירושלים אין לערנען אינעם ביהמ''ד הגדול בצוותא חדא, די בחורים פון אלעד ירושלים אין בית שמש. דורכאויס די לעצטע טעג איז כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''אהעטליכע מאל ערשינען אין ביהמ''ד אין זיך ארומגעקוקט ווי די בחורים זענען געזיצן און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, און דער רבי האט געשעפט מלא חפניים נחת דקדושה פון דער קול תורה וואס האט געקלינגען, זעהנדיג וואו די בחורים זענען אויסגעטוהן פון די אלע נייעס אין זענען שקוע ראשם ורובם בלימוד התורה.
Comentarios