top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אהרן מייסד פרישע סדר לימוד משניות אין עולם הבא מסכתא פאר יעדן חסיד

מונטאג פ' כי תצא - ד' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


דעם מוצאי שבת קודש נאך הבדלה און אמירת ויתן לך, האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אויפגעטרעטן מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה והשקפה פאר די חסידים, וואו דער רבי האט מייסד געווען א נייע תקנה, א נייע סדר הלימוד צווישן די חסידים, אז יעדער חסיד זאל זיך נעמען א עולם הבא מסכתא וואס ער וועט חזר'ן אויף אויסענווייניג מיט א קלארקייט.


דער רבי שליט"א האט מאריך געווען איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה און די חשיבות פון קביעת עתים לתורה, זאגענדיג אז אלע אינגעלייט זענען טאקע קובע עתים לתורה, מען שליסט זיך אן אין די סדרי החבורות אינערהאלב די קהילה, מען לערנט די עמוד יומי און אלע אנדערע שיעורים, אבער אצינד וויל ער בעטן א פרישע לימוד, אז יעדער חסיד זאל האבן א שיעור אין ששה סדרי משנה, וואס די חשיבות דערפון איז דאך אין לשער.


דער רבי האט אויסגעפירט אז אויסער די קביעות'דיגע שיעור אין משניות, זאל יעדער האבן א עולם הבא מסכתא, ווער עס קען זאל קענען א גאנצע מסכתא גמרא און משניות אויף אויסענווייניג, ווער עס איז אים שווער זאל בלויז נעמען א מסכתא גמרא, און א בחינה פון שוה לכל נפש זאל מען כאטש האבן א מסכתא משניות וואס מ'קען אויסענווייניג, און דאס חזר'ן כסדר ווען מ'גייט אויף די וועג, און פאר מען הייבט אן עסן.


דער רבי האט פארלענגערט א שמועס איבער די וויכטיגקייט פון לערנען משניות, און אז דאס האט א מורא'דיגע השפעה אויף די נשמה פון א מענטש, סיי בעולם הזה און סיי בעולם הבא. און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, מען זאל זוכה זיין צו א גוט געבענטשטע יאר, און א שנה טובה ומתוקה.

Comments


bottom of page