מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
א היסטארישע קול קורא איז ערשינען אין די יעצטיגע טעג, אונטערגעשריבן דורך גדולי אדמורי"ם ורבנים, אייניקלעך פונעם הייליגן צדיק דער מופת הדור הסבא קדישא הרה"ק רבי אברהם משענדישוב זי"ע, וואו זיי טוען רופן דעם ציבור בתחנונים זיך אנצושליסן אין די מאסיווע קאמפיין אפצוראטעווען די היסטארישע בית החיים אין שטאט שענדישוב, מקום מנוחת הקודש פון זקינם הרה"ק רבי אברהם משענדישוב זי"ע.
די קול קורא איז אונטערגעשריבן דורך כ"ק האדמורי"ם מגאלאנטא, דינוב, שענדישוב, וויעליפאלי, בורשטין, נדבורנא, לויעב טשערנאביל פארשעי, סטראזניץ, קליוולאנד, פארשעי, נאוואמינסק, זידטשויב שיקאגא, באסטאן, הגה"צ אב"ד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר, הגה"צ ר' חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב, הגה"צ אב"ד נייטרא, הגה"צ אב"ד קאזעווע, הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ, און הגה"צ אבד"ק סוליצא שליט"א. וועלכע אלע דערפון ציילן זיך אלס אייניקלעך פונעם סבא קדישא, און די שרעקליכע חילול הקודש איז קרוב ללבם הטהור.
אונטערן קעפל לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, בעטן זיך די אדמורי"ם ורבנים עשה למען שוכני עפר, אפצוראטעווען מקום מנוחת קדשו פון דעם הייליגן זיידן הרה"ק איש אלוקים מופת הדור מרן רבינו אברהם משענדישוב זי"ע, בן הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זי"ע בן הרה"ק אביר הרועים בעל זרע קודש מראפשיץ. ווי מען הערט הערשט א שרעקליכע סכנה אויף די בית החיים אין שטאט שענדישוב, עס האלט ביי א שרעקליכע מצב פון בזיון, און מ'מוז זאפארט גענצליך אפקויפן דעם גאנצן שטח הבית החיים, כדי עס זאל נישט אריינפאלן אין נאך א ערגערע מצב וואס תוצאותיו מי ישורנו
די אדמורי"ם שרייבן אונטער דעם בריוו מיט ברכות לרוב, די זכות פון די הייליגע צדיקים זאל מגין זיין, ויושר יליצו בעדנו חיות אש, להתברך בכל משאלות לבנו לטוב.
Comments