מיטוואך פ' ראה - כ"ב אב תשפ"ג | קול בחצרות
לקיים בנו חכמי ישראל
כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט טוען מתפלל זיין און זענען מעורר רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, וועלכער איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים, און וועט קומענדיגע וואך אדורכגיין א ערנסטע אפעראציע צו פארגרינגערן דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד.
דער פאלטישאנער רבי שליט"א וועלכער איז פון די גאר אנגעזעענע אדמורי"ם אין שטאט בארא פארק, איז באקאנט מיט זיין המשכת הקודש לבית פאלטישאן, סקווירא, און בעלזא, ממלא מקום אביו הרה"ק ר' אברהם שמואל מפאלטישאן זצ"ל, בנו יחידו פון הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זי"ע.
מיט עטליכע חדשים צוריק איז דער רבי ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י, און זינט דאן איז דער רבי שטארק אפגעשוואכט. קומענדיגע וואך דאנערשטאג ראש חודש אלול וועט דער רבי אדורכגיין א גאר ערנסטע און קאמפליצירטע אפעראציע, אויף וואס די דאקטוירים זאגן אז מ'איז אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל.
מיטוואך ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול א טאג בעפאר די אפעראציע, וועט פארקומען א גרויסארטיגע מעמד עצרת תפילה והתעוררות אין פאלטישאנע בית המדרש אין בארא פארק, וואו מ'וועט אינאיינעם מתפלל זיין און איינרייסן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מ'וועט הערן התעוררות'דיגע דרשות מפי מגידים מפורסמים, און מתפלל זיין לרפואת מרן שלום מאיר בן צירל לרפואה שלימה.
Comments