top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטאריע • המקבל רבי יעקב עדס איבערגעגעבן שיעור כללי אין ישיבת קול יעקב

זונטאג פ' חקת בלק - ו' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


אין א דראמאטישער שריט האט דער באקאנטער מקובל הגאון ר' יעקב עדס שליט"א צום ערשטן מאל איבערגעגעבן א 'שיעור כללי' אין ישיבת 'קול יעקב' אין די בית וגן געגענט אין ירושלים וועלכע שטייט בנשאות זיין פאטער הגאון רבי יהודה עדס שליט''א.


דורכאויס אלע יארן האט ר' יעקב נישט געהאט קיין ספעציעלע שייכות מיט די ישיבה, אבער אצינד נאך די דירעקטע פארלאנג פון זיין גרויסן פאטער דער ראש ישיבה, וועט דער מקובל פארלערנען יעדן חודש א שיעור כללי אין היכל הישיבה פון וואס די תלמידי הישיבה וועלן זיך קענען אנשעפן מן הבאר ההוא און זיך אנזעטיגן מנועם זיו תורתו וקדושתו.


די אנטוויקלונג איז אויפגענומען געווארן מיט איבערראשונג דורך די תלמידי הישיבה וועלכע זעהן דערין דער רצון פונעם ראש ישיבה אז זיין זון ר' יעקב זאל ווערן מער און מער אריינגעדרייט אין ישיבה און עווענטועל איבערנעמען די הנהגה רוחני פונעם מקום.




Comments


bottom of page