top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד התפילה דורך קופת 'ועד הרבנים' לעניני צדקה ביים ציון השל"ה ביום המסוגל ערב ראש חודש סיון

מאנטאג פ' נשא • ד' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: דוד כהן


דעם דאנערשטאג ביום המסוגל ערב ראש חודש סיוון איז פארגעקומען די יערליכע מעמד התפילה ביים ציון המצוינת פונעם של"ה הקדוש אין טבריה וואס ווערט אפגעהאלטן יאהר יערליך ביים ציון הק' אין טבריה דורכן קופת וועד הרבנים לעניני צדקה. צווישן די פילע גדולי ישראל וואס האבן מיטגעהאלטן די מעמד התפילה האבן זיך אנגעזעהן: האדמור"ים מסערט וויז'ניץ, מודזיץ, זוועהיל, המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן, הגאון רבי חיים פיינשטיין ראש ישיבת עמלה של תורה, הגאון רבי מסעוד בן שמעון די ספרדישע רב פון בני ברק און נאך פילע רבנים און מקובלים פון אלע שיכטן און קרייזן.


אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער מלהיב לבבות ישראל הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א. דערנאך האבן די גדולי ישראל אינאיינעם געזאגט די תפילת השל"ה מיט גרויס התעוררות און מזכיר געוועהן די אלע תורמים פונעם וואוילטעטיגע קופת הצדקה וועד הרבנים, און דערנאך מתפלל געוועהן ביים ציון הק'.































bottom of page