top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי מקבל אבילות מיט תלמידי ישיבת עץ החיים על פטירת האד' מקאסוב זצ"ל

דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם זונטאג נאכמיטאג נאך די מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל ווען דער וואונד איז נאך געוועהן אפן, איז די טיפע אבידה אסאך שטערקער 'בפרטות' אין ישיבת 'עץ החיים' אין מאנסי, ווי דער קאסובער רבי האט דארט געדינט אלס נשיא הישיבה, איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי - מרבני הישיבה אנגעקומען אין ישיבה אבל וחפוי ראש, די רבי האט צוזאמגענומען אלע בחורי חמד און האט באפוילן אלע בחורים זיך צו זעצן אויף דער ערד צו מקבל זיין אויף זיך אבילות ווען דער רבי שליט"א זעלבסט האט זיך אויך מיטגעזעצט אויפן ערד מיט די בחורים, און בקול בכי פארגעזאגט דעם לעצטן קאפיטל פון איכה בשעת אלע בחורים האבן מיטגעזאגט מיט גרויס טרויער.


ווען מען האט געענדיגט איכה האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן קורצע דברי הספד באוויינענדיג דעם גרויסן פארלוסט, און ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה וואס דאס מיינט פאר די תלמידים בפרטיות, וואו דער קאסובער רבי זצוק"ל איז געוועהן אזוי צוגעבינדן צו יעדן בחור אין ישיבה און אריינגעשיינט א חיות דקדושה אין אויפגעפלאמט די הערצער פון די בחורי חמד לאבינו שבשמים, און ווי דאס אלעס און פיל מער האבן די בחורים פארלוירן. נאך די הספד האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה מיט גרויס התעוררות ווען דער רבי שליט"א זעלבסט איז צוגעגאנגען צום עמוד.



Comments


bottom of page